לכבוד דעם נייעם פרייליכן חודש אדר וואס קומט יעצט אן, ווערט יעצט געמאלדן מיט גרויס פרייד פאר אלע די פרויען אנשי שלומינו אז מען וועט זיך צוזאם קומען אין אלע שטעט און געגענטער זיך מחזק צו זיין און זיך אויפצופרישן מיט די עצות פון הייליגן רבין.
עס איז א גרויס שמחה צו זען ווי די אלע חודש'ליכע פארברענגען טוען זיך פארמערן יעדע חודש מיט פילע פרישע מקורבים און אזוי אויך קומען כסדר צו פרישע געגענטער וואס פרעגן "למה נגרע", און אראדשירן א חודש'ליכע פרויען צוזאם קום אין זייער געגענט.
מען וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף האבן די זכי' צו הערן א הערליכע דרשה פון ראש ישיבה שליט"א, וואס וועט איבערגעבן שיינע הדרכה און חיזוק פאר די טייערע אידישע פרויען וואס געבן זיך אוועק מיט מסירת נפש פארן אייבערשטן און ציען אויף זייער קינדער מיט יראת שמים, און וועט בעז"ה מדריך די זיין די פרויען מיט פראקטישע און תורה'דיגע הדרכה, און עצות וויאזוי מען קען פארבעסערן די שלום בית, די חינוך פון די קינדער, א.א.וו. - בפרט יעצט ווען עס קומען די פרייליכע און אנגעשטרענגטע ימים טובים סעזאן, וועלן די פרויען האבן די זכיה צו הערן עצות און פראקטישע הדרכה פונעם ראש ישיבה שליט"א וויאזוי אויסצונוצן די הייליגע זמנים אויפן בעסטן פארנעם, און אנהאלטן אן אנגענעמע און פאזיטיווע אטמאספערע אין שטוב, אז די קינדער זאלן שפירן און געדענקען ווי געשמאק און ווי גוט איז צו זיין א איד און צו מקיים זיין די מצוות פון הייליגן באשעפער.
 
   פאלגענד זענען די פרטים פון אלע געגענטער:
       וויליאמסבורג - מיטוואך תרומה, 9:00 ביינאכט, אין ישיבה אויף 27 סקילמאן סט.
       בארא פארק - מיטוואך תרומה, 9:00 ביינאכט, אויף 1236 50סטע סטירט.
       קרית יואל - מאנטאג תרומה, 9:00 ביינאכט, אויף 6 גארפיעלד רד. 845-637-0399
       מאנסי - מיטוואך תרומה, 8:30 - 845-200-8998
       קרית ברסלב ליבערטי - מיטוואך תרומה, פרטים וועלן געמאלדן ווערן אי"ה.
       דזשערסי סיטי - פרטים וועלן בעז"ה נאכפאלגן.
       קרית טאהש, קאנאדע - דינסטאג תרומה, 8:15 ביינאכט 371 בית הלוי.
       ירושלים - מיטוואך תרומה, 8:30 ביינאכט, שומרי אמונים 12, קומה ג' - 0583275645
       צפת - דינסטאג תרומה, 8:15 ביינאכט, מאור חיים 5, כניסה אמצעית 3.
       בית שמש - מיטוואך תרומה, 8:30 ביינאכט, נהר הירדן 54 קומה א', 0559821013.
       קענווי איילאנד, ענגלאנד - מיטוואך תרומה, 8:00 ביינאכט, 1 סאנינגדעיל.
 
איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק