דעם זונטאג קרח איז פארגעקומען א שיינע "חומש סעודה" אין די ברסלבע חדר אין שטעטל, די זיסע קינדערלעך פון כיתה א' האבן געפייערט דעם פרייליכן מעמד, ווען זיי האבן זוכה געווען צו ענדיגן לערנען די הייליגע עברי, און זיי הויבן שוין אן לערנען די הייליגע חומש.
 
די הערצער פון די פילע עלטערן, זיידעס און באבעס, וואס זענען זיך געקומען משתתף זיין ביים דעם שיינעם חומש סעודה זענען געווען איבערגעפילט מיט התרגשות און נחת זעענדיג די זיסע ריינע נשמה'לעך מיט די קרוינדעלעך אויף זייערע קעפעלעך זינגען אזוי זיס און הארציג די הייליגע ניגונים, און זאגן די הייליגע פסוקים פון פרשת ויקרא, ווי דער מנהג איז ביים מעמד התחלת חומש. צווישן די זיידעס האבן זיך אנגעזען הר"ר דניאל בוים שליט"א פון די חשובע תלמידים פון מוהרא"ש זי"ע, און כ"ק גאב"ד מראה יחזקאל שליט"א, וועלכע זענען געקומען שעפן נחת פון זייערע זיסע אייניקלעך.
 
די קינדער זענען אריינגעקומען מיט א זיסע מארש, וואס די קינדער האבן אינאיינעם געזונגען, וואס איז געווארן באגלייט דורכן מוזיקאנט מאנשי שלומינו הי"ו אברהם צוויבל הי"ו נאכדעם האט איין אינגל געפרעגט די שאלות וואס גייט מען האבן? פינף עפעלעך פינף קארעלעך?" און האט געענטפערט זיסערהייט "פינף חומשים" און אזוי ווייטער, נאכדעם האבן עטליכע קינדער אינאיינעם אזוי שיין פארגעזאגט די פסוקים פון פרשת ויקרא "וידבר השם" מיט די טייטש, דערנאך האבן די קינדער געזונגען שיינע ווארימע ניגונים איבער לערנען תורה און האבן יראת שמים ווי "והערב נא השם אלוקינו", און "אוי טאטע איך וויל זיין אן ערליכער איד".
 
דער מנהל הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט עטליכע ווערטער, און האט ארויסגעברענגט אז די עלטערן און זיידעס בעטן דעם אויבערשטן זיי ווילן זען נחת ביי די קינדער און אייניקלעך, און נחת מיינט נישט די מערסטע קיוט קינד, אדער דער קינד וואס שטייט גראד און עקט די בעסטע ביים חומש סעודה, און דעם תלמוד תורה לייגט מען א דגוש אז די קינדער זאלן וואקסן געזונט מען בויעט זיי אויף מען רעדט זיי איבער זיי זאלן גלייבן אין זיך, און וויסן אז דער אויבערשטער גייט מיט מיט זיי, און אז מיטן אויבערשטן קען מען אנקומען זייער ווייט.
 
נאכדעם האט דער מנהל שליט"א געטיילט פאר די טייערע קינדער זייער "ערשטע אייגענע סידור", וואס זיי האבן איבערגענומען מיט גרויס פרייד. און דער געטרייער מלמד הר"ר בערל שניטצלער שליט"א האט געגעבן פאר די קינדער א פעקל נאש.
 
אין העולם מתקיים אלא בזכות הבל תינוקות של בית רבן!