א שיינער ציבור איז זיך צוזאם געקומען דעם זונטאג אין תלמוד תורה היכל הקודש אין וויליאמסבורג, צום "חומש סעודה" פאר די קינדערלעך די צאן קדשים פון כיתה א' וואס גייען יעצט אנגעהייבן צו לערנען די הייליגע חומש.
עס האט געהערשט א געוואלדיגע שמחה און התרגשות ווען די קינדער זענען אריינגעקומען מיט שטראלענדע געזיכטער אנגעטון מיט בגדי שבת און מיט א קרוין אויפן קעפל, מיט זייער נאמען דערויף.
די טאטעס און מאמעס, זיידעס און באבעס, קרובים און באקאנטע, האבן געשעפט נחת צו זען ווי די טייערע קינדערלעך זינגען די שיינע הארציגע ניגונים, און זאגן די הייליגע חומש ויקרא, אזוי ווי דער מנהג איז.
דערנאך האט מען געהערט עטליכע ווערטער פון הר"ר אהרן וועבערמאן הי"ו, וואס האט קינדער און אייניקלעך וואס לערנען אין די ברסלבע תלמוד תורה, ער האט ארויסגעברענגט בשם אלע עלטערן און זיידעס די געוואלדיגע הכרת הטוב וואס זיי האבן פאר די פילע כוחות וואס מען לייגט אריין אין די טייערע קינדער.
נאכדעם האט גערעדט דער מנהל הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א, ארויסברענגען אז די עיקר נחת וואס מ'נעמט מיט איז נישט דאס וואס די קינדער שטעלן זיך אויף זינגען אזוי שיין, נאר די פילע תורה און תפלה, אמונה און יראת שמים, וואס די קינדער באקומען דעם גאנצן יאר יעדן טאג אין חדר, וואס דאס בלייבט איינגעקריצט אין זייערע ביינער פאר'ן גאנצן לעבן.
דערנאך האבן די קינדערלעך באקומען א שיינעם סידור אריינגעקריצט מיט זייער נאמען, און א פעקל נאש.
יבואו טהורים ויתעסקו בטהורות!
בילדער