חומש סעודה אין תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב וויליאמסבורג
כז סיון תשע"ח 📝
א שיינע ציבור איז זיך צוזאם געקומען זונטאג אינדערפרי פר' קרח אין אולם אפעל פון קהלת היכל הקודש וויליאמסבורג, צום "חומש סעודה" פאר די קינדערלעך די צאן קדשים פון כיתה א' וואס גייען יעצט אנגעהייבן צו לערנען די הייליגע חומש.
עס האט געהערשט א געוואלדיגע שמחה און התרגשות ווען די קינדערזענען אריינגעקומען מיט שטראלענדע געזיכטער אנגעטון מיט בגדי שבת און מיט א קרוין אויפן קעפל, מיט זייער נאמען דערויף.
דער זאל האט זיך צוביסלע אנגעפילט מיט טאטעס און זיידעס, אזוי אויך די עזרת נשים האט זיך אנגעפילט מיט מאמעס און באבעס, וואס זענען געקומען שעפן נחת פון זייערע אייניקלעך וואס גייען שוין אט בעז"ה אנהייבן חומש.
דער חשובער מנהל הר"ר מרדכי אנדיג שליט"א האט אריינגעפירט דעם מעמד, און ארויסגעברענגט דעם "והיה ראשיתך מצער", אז מיט גענוי אזויפיל קינדער וויפיל די גאנצע כיתה א' איז יעצט, איז מיט בלויז עטליכע יאר צוריק געווען דער גאצער תלמוד תורה ווען עס האט זיך געעפענט. און יעצט קע"ה האט זיך דער הייליגער מוסד אזוי שיין צובליעט.
דערנאך האט דער חשובער מלמד הר"ר ישראל יוסף שניצלער שליט"א, אליינס פון די ערשטע תלמידים פונעם חדר ארויסגעברענגט די כחות וואס מ'לייגט אריין אין די קינדער נאך פון גאר קליינערהייט, אריין צו לייגן אין זיי די ריינע אמונה, און א געשמאק און אידישקייט, אז זיי זאלן בעז"ה אויסוואקסן ערליכע אידן.
דערנאך האבן די קינדערלעך געזונגען שיינע ניגונים מיט זייערע זיסע שטימעס, אויך האבן עטליכע קינדער געזונגען סאלא.
דערנאך האט הר"ר אהרן וועבערמאן שליט"א, וואס האט קינדער און אייניקלעך וואס לערענען אין די ברסלבע תלמוד תורה, ארויסגעברענגט בשם אלע עלטערן און זיידעס די געוואלדיגע הכרת הטוב וואס זיי האבן פארן ראש ישיבה שליט"א פאר די כחות וואס ער לייגט אריין.
דערנאך האבן די קינדערלעך באקומען א סידור אריינגעקריצט זייער נאמען, און א פעקל נאש.
יבואו טהורים ויתעסקו בטהורות
בילדער פון די זיסע קינדערלעך ביים חומש סעודה
א קליפ פון חומש סעודה