חומש סעודה אין תלמוד תורה היכל הקודש
כח סיון תשפ"ב 📝
דעם זונטאג קרח איז פארגעקומען די שיינע "חומש סעודה" אין די ברסלבע חדר אין וויליאמסבורג, די זיסע קינדערלעך פון כיתה א' האבן געפייערט דעם פרייליכן מעמד, ווען זיי האבן זוכה געווען צו ענדיגן לערנען די הייליגע עברי, און זיי הויבן שוין אן לערנען די הייליגע חומש.
די הערצער פון די פילע עלטערן, זיידעס און באבעס, וואס זענען זיך געקומען משתתף זיין ביים שיינעם חומש סעודה זענען געווען איבערגעפילט מיט ווארעמקייט און נחת זעענדיג די זיסע ריינע נשמה'לעך מיט די קרוינדעלעך אויף זייערע קעפעלעך זינגען אזוי זיס און הארציג די הייליגע ניגונים, און זאגן די הייליגע פסוקים פון פרשת ויקרא, ווי דער מנהג איז ביים מעמד התחלת חומש.
דער חשובער מלמד הר"ר נחמן ניישטיין שליט"א האט גערעדט און ארויסגעברענגט די גרויסע שמחה אז מען האלט שוין דא ביים ענדיגן לערנען די הייליגע עברי, ער האט באדאנקט די חשובע עלטערן וואס האבן אזוי שיין מיטגעארבעט א גאנץ יאר מיט די קינדער און גע'חזר'ט מיט זיי די הייליגע עברי, ווי אויך האט ער גערעדט איבער די וויכטיגקייט זיכער צו מאכן אז יעדעס קינד קען גוט די עברי, וואס דאס איז ממש דער יסוד ער זאל קענען אויפוואקסן אן ערליכער איד. דערנאך האט דער מנהל הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א אויפגעטרעטן מיט עטליכע ווערטער, און ביים סוף האט דער ראש ישיבה שליט"א געטיילט פאר די טייערע קינדער זייער "ערשטע אייגענע סידור", וואס זיי האבן איבערגענומען מיט גרויס פרייד.
*
היינט מאנטאג, האט זיך די זעלבע זאך אפגעשפילט אין שטעטל, ווי די קינדער האבן געפראוועט זייער חומש סעודה, כמעשהו בוויליאמסבורג, כך מעשהו אין שעטל, ווי די עלטערן און זיידעס זענען געקומען שעפן נחת פון די טייערע קינדער.
הר"ר יוסף שניטצלער שליט"א האט אויפגעטרעטן און זיך באדאנקט אין נאמען פון די מוסדות פארן חשובן מלמד הר"ר בערל שניצלער וואס האט אריינגעארבעט גאר אסאך כחות די גאנצע יאר, ווי מען זעט ווי די גאנצע כיתה קען ברוך השם די עברי זייער פיין.
דערנאך האט מען ארויפגערופן א זיידע פון איינע פון די קינדער הר"ר אהרן וועבערמאן שליט"א וואס האט געזאגט אז אין די וואכעדיגע סדרה זעט מען ווי קרח האט געוואלט געבן אסאך געלט פאר משה רבינו, וואס מ'וואלט דערמיט געקענט בויען שיינע בנינים פאר די קינדער. אבער משה רבינו האט דאס נישט געוואלט, ער האט ענדערש געוואלט פשוט אבער מחנך זיין די קינדער מיטן אייבערשטן. דא האט הר"ר אהרן געזאגט דער בנין איז טאקע נישט אזוי שיין, אבער די אמונה וואס מ'לייגט אריין אין די קינדער, וועט זיי בעזר השם באגלייטן זייער גאנץ לעבן, ווען זיי וועלן אלץ מקיים זיין דעם שויתי השם לנגדי תמיד, אלץ וועלן זיי וויסן אז דער באשעפער איז ביי זיי, מיט זיי און נעבן זיי, און אלץ וואס מען דארף קען מען אים און דארף מען אים בעטן.
דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א געטיילט פאר די זיסע קינדערלעך זייער ערשטע אייגענע סידור, וואס די קינדער האבן דערנאך מיט שטאלץ עס געוויזן פאר זייערע עלטערן און זיידעס.
*
די ברסלב'ע תלמוד תורה איז באקאנט פאר אלעמען אז דארט לייגט מען דער עיקר דגוש אויף אויסלערנען די קינדער "אמונה", אז אמונה זאל נישט זיין נאך א זאך וואס זיי ווייסן, און מען נעמט עס נאר ארויס איין-צוויי מאל א יאר ווי למשל פסח ביינאכט, אדער פורים נאכמיטאג, נאר אז זיי זאלן לעבן מיט'ן אייבערשטן, די אמונה זאל זיין ביי זיי קלאר און זיכער, זיי זאלן אויפוואקסן פון די יונגסטע עלטער וויסנדיג אז דער באשעפער איז ממש דא מיט זיי אייביג און איבעראל, ווי אויך לייגט מען א געוואלדיגע געוויכט אז די קינדער זאלן וויסן זייער חשיבות אז זיי זענען געבוירן געווארן אלס אידן, און האבן באקומען די הייליגע תורה פונעם אייבערשטן, און נאר אויב מען פאלגט דעם אייבערשטן קען מען האבן א גוטע לעבן, אפילו אויף דער וועלט.
אין דעם תלמוד תורה געט מען שטארק אכטונג אז די קינדער זאלן אויפוואקסן געזונט אויך בנפש, ווי יעדער מלמד גיבט אכטונג נישט צו פארשעמען קיין קינד. מען לערנט אויס די קינדער וויאזוי מען לעבט מיט אנדערע מענטשן זיך רעכענען מיט א צווייטנ'ס געפילן. מען איז מחנך די קינדער מיט שמחת המצוות, מען פארציילט פאר די קינדער אזעלעכע מעשיות פון צדיקים וואס רעדן צו קליינע קינדער, און מען לערנט זיי אויס אז אויך זיי קענען זיין א צדיק, און קענען וואקסן ערליכע אידן.
ברוך השם, עס זענען ארויסגעקומען הערליכע פירות, עס זענען שוין דא פילע אינגעלייט תלמידים פון די הייליגע תלמוד תורה, אינגעלייט וואס זענען יראי השם, וואס לעבן מיטן אייבערשטן, און פירן ערליכע אידישע שטיבער על דרך ישראל סבא.
אין העולם מתקיים אלא בזכות הבל תינוקות של בית רבן!