עס קומט אריין גוטע נייעס פון די מפצים וואס גיין ארום טעג און נעכט פארשפרייטן די עצות פון רבין, די מיפצים האבן אנגעהויבן צו טיילן נישט נאר סידיס וואס מען דארף זוכן א סידי פלעיער (איר געדענקט נאך אזא מאשין?... גייט זוכט עס אין מוזעאום) און נישט נאר עס-די קארדס וואס מען דארף ווייטער זוכן א וועג ווי צו הערן די דרשות שיעורים ניגונים וכו'. פון יעצט וועלן זיי אויסטיילן פאר אלעמען א פארטיגע "עם-פי-טרי פלעיער" אנגעפילט מיט דרשות חיזוק און ניגונים, וואס ארבעט מיט א בעטערי, און האט שוין אפילו העד פאונס, עס וועט נישט קאסטן קיין געלט, מען וועט דארפן געבן צדקה.
די פלעיער איז א הונדערט פראצענט כשר'ע מאשין, מען קען עס בשום אופן נישט אויסשפילן, עס קען בכלל נישט האבן קיין ווידיא, ראדיא, אדער סיי וועלכע אומ'כשר'ע קאננעקשאן.
ווי די מפיצים געבן איבער ווערט עס צוכאפט אויף א פארנעם וואס עס איז זייער שווער נאכצוקומען דעם פארלאנג.
 
כאפט ווילאנג עס איז דא...