חלומות פון מיליאנען אמעריקאנער פארפאלן אין איין מינוט
ב אב תשפ"ג 📝
אין די יעצטיגע טעג איז די גאנצע מידיא אויף מיט די לאטערי נייעס. זיי הערן נישט אויף צו רעדן איבער דעם גרויסן לאטערי וואס האט זיך געהויבן צו ריזיגע ציפערן, אזש ביז איבער א ביליאן דאלער, און ווערט באצייכעט ווי איז איינע פון די העכסטע לאטערי ציפערן אין די אמעריקאנער היסטאריע, די סיבה פארוואס עס איז אנגעקומען דאס מאל אזוי הויעך איז צוליב וואס עס איז שוין דורך 38 מאל אין א צי וואס עס איז נישט געווען קיין געווינער פארן העכסטן פרייז.
אויף די אלגעמיינע גאס, האט די לאטערי משוגעת איבערגעדרייט אמעריקע, און טראצדעם וואס אפילו די לאטערי באאמטע אליינס האבן מודה געווען, אז די שאנסן צו באקומען דעם געווינס, איז ווייניגער פון איינס פון דריי הונדערט טויזנעט, זענען מענטשן ווי אראפ פון זינען און געלאפן קויפן טיקעטס, און זייער קאפ האבן זיי זיך שוין געזען ווי ביליאנערן, און האבן שוין געהאט חשבונות און חלומות וואס מען וועט טון מיט דאס געלט, מען האט דן געווען צי מען וועט נעמען דער געווינס אויף איין מאל און דארפן פארציכטן אויף א האלבע ביליאן דאלער, אדער וועט מען נעמען פעימענטס פון עטליכע פאר דרייסיג יאר, מענטשן האבן געחלומט און געדמיונט איך גיי מיר קויפן א הויז, א קאר, א פליגער, און מען האט זיך אייגערעדט אז מארגן בין איך ביליאנער...
אבער אלע זייערע חלומות זענען נעבעך צערינען אין די סעקונדע די זייגער האט געקלאפט צעוועלף נעכטן חצות הלילה, ווען די לאטערי באאמטע האבן אויסגערופן די נומערן, און מיליאנען אמעריקאנער בירגער זענען נעבעך געבליבן אויסגעשפילט מיט זייערע אלע דמיונות אין מיסט.
ביי אידישע קינדער האט מען אבער געדענקט אז מיט געלט קען מען נישט קויפן קיין סיפוק, מיט געלט קען מען נישט קויפן קיין נחת, שלום בית אדער געזונט. "וואס קען מען קויפן מיט געלט?" זאגט אלץ דער ראש ישיבה, "איין זאך קען מען טון מיט געלט: געבן פאר די ווייב זאל קענען באשטעלן א רוימערקע".
דער אמת'ער לאטערי האט דער אויבערשטער געגעבן מיר זאלן עס קענען קויפן בחנם, און דער וואס קויפט עס איז א זיכערע געווינער. "די עשירות" - זאגט דער ראש ישיבה כסדר - "איז ביי דיר אין בוזעם טאש", אז דו האסט דארט א משניות, א תהלים, א גמרא'לע און דו כאפסט ארויס א פסוק דא, און א פרק דארט, דאס איז אמת'ע עשירות.
עס דרייען זיך ברוך השם צווישן אונז גאר גרויסע עשירים, אידן וואס האבן שוין דורכגעלערענט גאנץ ש"ס, ירושלמי, תוספתא, מדרשים, זוהר הקדוש, רמב"ם, טור, שולחן ערוך, חסידישע ספרים, הלכה ספרים, און דעם רבי'נס ספרים, דאס איז אמת'ע עשירות, און דאס איז רייכטום וואס קיינער וועט אונז קיינמאל נישט קענען צונעמען. און דער פארמעגן וועט אונז היטן אויף דער וועלט און וועט מיטגיין מיט אונז אויך אויף יענע וועלט.
אין מלווין לו לאדם לא אלא מצוות ומעשים טובים