חלוקה "ראשית דגנך" דורך קהילת היכל הקודש אין בני ברק
יז טבת תשפ"ד 📝
אין בני ברק גייען אן פילע פעולות צו מרבה זיין כבוד שמים, אויסער די בית המדרש, הפצה אקטיוויטעטן, די מוסדות גייען אן פילע פעולות פון חסד.
אין ארץ ישראל איז דא צדקה קאסע, וואס דינט בערך ווי פוד סטעמפס אין אמעריקע, אבער דאס ווערט נישט אויסגעהאלטן דורך די רעגירונג, דאס ווערט אויפגעהאלטן און אנגעפירט דורכן האראדאנקער רבי שליט"א פון לאנדאן. דער סיסטעם ארבעט אז אלע וואס ווילן געניסן דערפון דארפן זיך ווענדן צו זייערע קהילות וואס דארפן זיין אנגעשלאסן אין די ארגאניזאציע, און דער האראדנעקער רבי שליט"א שטעלט צו צוויי דריטל פון דאס געלט, און די קהלה דארף צולייגן א דריטל. אויך דארף מען אויספילן אן אפליקאציע און אויב קומט מען נאך די אומשטענדן ווערט מען "עלידזשיבל", מען דארף אויסרעכענען צום ביישפיל וויפיל קינדער מען האט, וויפיל געלט מען פארדינט, וויפיל עס קאסט דירה געלט, אויב מען האט גרעסערע הוצאות פאר דאקטוירים וכדומה, דערנאך באקומען די באשטעטיגטע א קארטל אויף וואס עס גייט ארויף בערך הונדערט שקל א חודש פער קינד, וואס מיט דעם געלט קען מען גיין איינקויפן אין גראסערי די סאמע וויכטיגסטע פראדוקטן ווי ברויט און מילך פארן שטוב, מיט וואס די אידן אין ארץ ישראל האבן פשוט צו לייגן פוטער ברויט אויפן טיש, און די קינדער גייען נישט שלאפן הונגעריג.
די קהילה היכל הקודש אין בני ברק האט געזען פאר וויכטיג אז מיר זאלן זיך אויך אנשליסן דערין, כדי ארויסצוהעלפן אנשי שלומינו וועלכע זענען אנגעוויזן דערין. אין בני ברק דארף די גאנצע פראגראם דורכגיין די קהלה קדושה וויזניץ, וואס זיי זענען געשטעלט אויפן שטאט בני ברק מטעם דעם האראדנעקער רבי שליט"א, מען האט זיך געוואנדן צו זיי און אויסגעפילט די פאפירן, איינע פון אנשי שלומינו מו"ה ישראל דוד ברוקמאן הי"ו האט זיך אונטערגענומען צו שאפן דאס געלט וואס די קהילה דארף צושטייער געבן. נאכן מסדר זיין אלע טעכנישע ענינים, דארף מען יעצט ווארטן צוויי חדשים צו באקומען א באשטעטיגונג פון די הנהלה פון חוץ לארץ.
דערפאר האט די הנהלה האט באשלאסן אז מען קען נישט לאזן די אינגעלייט אויפן וואסער אין די צוויי חדשים, האט מען מחליט געווען צו מאכן חלוקות פאר אנשי שלומינו כאטש אויף דערווייל. ב"ה מען האט געשאפן ברויט פון א נדבן וואס טיילט יעדע צוויי וואכן פרישע ברויט לכל דכפין, און מען האט געברענגט אין בית המדרש עטליכע קעסטלעך ברויט, דערנאך האט דער אויבערשטער געהאלפן מען האט געטראפן א נדבן וואס האט זיך אונטערגענומען צו טיילן מילך, אזוי אויך האט מען באקומען פון די גראסערי קאסט פרייז, וואס דער בעל הבית איז פון אנשי שלומינו וואס האט זיך זייער געפריידט צו קענען ארויסהעלפן, אזוי האט מען נישט געדארפט אזויפיל געלט. די איבעריגע געלט האט געשאפן ווי אויבנדערמאנט מו"ה ישראל דוד ברוקמאן הי"ו.
מ'האט א נאמען געגעבן דעם חלוקה "ראשית דגנך", וואס ראשית איז ראשי תיבות ת' איז תרומות און די איבעריגע אותיות איז מוהרא"ש'ס נאמען און דער ראש ישיבה'ס נאמען. אויסערדעם טוט דער קהילה אין בני ברק נאך פילע פעולות חסד, מען טוט אסאך אין שידוכים, אזוי אויך ארבעט אויף א טשארטער קיין אומאן מען זאל קענען פארן אינאיינעם על טהרת הקודש.