חלק א: אויסטערלישער שיינע שבועות אריבער אין שטעטל מיטן ראש ישיבה שליט"א
י סיון תשפ"ד 📝
דער ראש ישיבה שליט"א איז שוין ארויסגעקומען מאנטאג נאכט ערב יום טוב אין שטעטל. און דינסטאג אינדערפרי אכט אזייגער - נאכן דאווענען מיטן ערשטן מנין זיבן אזייגער - האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט דעם דף אין וואלד אינטערן שאטן פון די ביימער. ארויסגייענדיג צום וואלד האט דער ראש ישיבה געטראפן א אינגערמאן וואס איז דעמאלט אנגעקומען דאווענען שחרית, האט אים דער ראש ישיבה געזאגט ער זאל זען צו דאווענען מיטן ערשטן מנין, "האסט דאך יעצט געעפענט א נייע ביזנעס, דארפסטו זען צו דאווענען ביים ערשטן מנין".
נאכן פארלערנען דעם דף האט דער ראש ישיבה אויסגעטיילט דעם נייעם ספר "אשר היה אל יואל", פאר די אינגעלייט וואס האבן צושטייער געגעבן דאס צו קענען דרוקן. ביים טיילן דעם ספר האט דער ראש ישיבה געפרעגט: ווען איינער קומט צו דיר בעטן עסן, וואלסט אים געגעבן? אוודאי יא, און אויב בעט ער דיר דעם קומענדיג טאג בעטן נאכאמאל עסן, וואלסט אים אויך געגעבן, אבער אויב בעט ער נאכאמאל און נאכאמאל, ביז ווען וואלסטו אים געגעבן? וויפיל קען מען דען געבן? אבער אז מען דרוקט א ספר פון א צדיק, דאס איז א זאך וואס בלייבט אויף "אייביג", און דאס איז די גרעסטע צדקה. וואס שטייט אין דעם ספר? דער ראש ישיבה האט געעפענט דעם ספר און אנגעהויבן צו זאגן א שטיקל וואס מען זעט גלייך דערפון התחזקות אויף למעשה, ארויסצוברענגען דאס גרויסקייט פון העלפן דרוקן די ספרים.
במשך דעם טאג האט מען זיך געגרייט צום הייליגן יום טוב, אסאך געסט זענען געקומען מיטהאלטן דעם שיינעם יום טוב, וואס דאס איז איינס פון די דריי צייטן וואס מען איז געקומען צום הייליגן רבי'ן.
דאס איז טאקע די פלאץ צו באדאנקען די געטרייע הנהלה פון בית התבשיל וואס האט צוגעשטעלט וואסער אויף אסאך פלעצער אין שטעטל, כדי מען זאל זיך קענען דערפרישן בשעת'ן שפאצירן צום שול און צוריק.
שבועות ביינאכט האט זיך אנגעהויבן מיט א ווארעמע מנחה פונעם דיין שליט"א, דערנאך האט דער ראש ישיבה גערעדט אפאר ווערטער צוליב דעם וואס ער האט געוואלט דאווענען מעריב נאכן זמן רבינו תם, הגם אין מגן אברהם שטייט אז די עיקר איז אז די קידוש זאל זיין נאכן זמן, אבער אין טור ווערט געברענגט אז אויך מעריב זאל זיין נאכן זמן, כדי עס זאל זיין זיבן גאנצע וואכן, אזוי ווי די פסוק זאגט "שבע שבתות תמימות תהיינה".
דער ראש ישיבה האט פארציילט אז בחייו פון מוהרא"ש זי"ע פלעגט ער איינשטיין אויף יום כיפור אין בארא פארק ביי הרב הצדיק רבי יצחק לעזער שליט"א כדי צו קענען זיין ביי מוהרא"ש זי"ע. אויפן וועג אהיים פון בית המדרש צו די דירה, האט רבי יצחק געשמועסט מיט אים און אים געזאגט א געוואלדיגע ווארט: "ר' יואל יעצט איז שוין די געוואלדיגע טאג יום כיפור וואס מען קען זיך אלעס אויסבעטן, מען דארף נישט ווארטן אויף מארגן ווען מען וועט שוין זיין הונגעריג און מיד, מען קען שוין יעצט אלעס אויסבעטן." האט דער ראש ישיבה געזאגט, אז דאס קען מען אויך זאגן יעצט שבועות ביינאכט, מען דארף נישט ווארטן אויף נאך די סעודה ווען מען ווערט שוין מיד, מען קען שוין יעצט זיך אויסבעטן אלעס גוטס. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז דאס וואס מען גייט אין מקוה סמוך לעלות, קען מען רעכענען דעם ערשטן עלות השחר, און סמוך מיינט א האלבע שעה פארן עלות.
נאכן סעודה איז מען זיך צאמגעקומען אין בית המדרש זאגן צוזאמען דעם תיקון ליל שבועות אזוי ווי מוהרא"ש האט אוועקגעשטעלט מען זאל דאס זאגן, דאס איז די ערשטע און די לעצטע פסוק פון יעדע פרשה, און דערנאך די תרי"ג מצות.
אינצווישן האט מען געזינגען שיינע אידישע ניגונגים, פאר די תרי"ג מצות האט דער ראש ישיבה געזאגט, אז מען קוקט גוט זעט מען אז מיר זענען מקיים די אלע מצות וואס מען גייט דא זאגן, און מיר זענען נישט עובר אויף די עבירות וואס שטייט געשריבן, צוליב דעם דארף מען זיין זייער פרייליך. כמעט ביי יעדע מצוה האט דער ראש ישיבה אויסגעפירט מיט א פרייליכע "שכח אייבערשטער", ווי צו זאגן א דאנק פארן אייבערשטן אז מיר זענען מקיים די מצוה. אזוי אויך האט מען כסדר אפגעשטעלט און געזינגען פרייליכע ניגונים, וואס ברענגט ארויס די שמחה פון זיין א איד.
נאכן תיקון האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פרייליכע טאנץ, זיך צו פרייען אינאיינעם אז מיר זענען אידישע קינדער, אויסדערוועלט פון אלע פעלקער איבער די וועלט.
פאלגט נאך מארגן בעז"ה פאר די ווייטערדיגע באריכט.