אינדערפרי איז געקומען א גרויסער עולם פון אלע געגענטער ארום כדי צו מיטהאלטן דעם דערהויבענעם דאווענען, דער ראש ישיבה איז צוגעגאנגען צו שחרית, מען האט צוזאמען געזונגען דעם גאר ווארימען אהבה רבה ניגון וואס צוגייט אין די ביינער ווען מען הערט דאס זינגען, מען האט זיך גוט אויסגעבעטן אז מען זאל האבן די זכי' צו לערנען יעדן טאג תורה און דאס מקיים זיין מיטן גאנצן געשמאק אזוי ווי דער הייליגער רבי לערנט אונז.
 
פארן ליינען האט מען געהאט די זכי' צו הערן "אקדמות" פונעם ראש ישיבה, וואס האט אויפגעפלאמט דאס הארץ צום אייבערשטן און צו זיין תורה. פארן ליינען די עשרת הדברות האט דער ראש ישיבה געזאגט מען זאל אריינרופן אלע קינדער כדי זיי זאלן הערן די עשרת הדברות.
 
נאכן דאווענען איז געווען א קידוש, ווי מען האט געהאט די זכי' צו הערן גאר שיינע חיזוק פונעם ראש ישיבה אויף יום טוב שבועות. מען האט ארויפגערופן אלע אינגלייט, בחורים און קינדער וואס האבן געמאכט סיומים אין די צייט, דער ראש ישיבה האט דערנאך גערעדט איבערן מנהג פון עסן קרעפלעך, וואס מען עסט אין אלע טעג וואס מען "קלאפט", ערב יום הקדוש - קלאפט מען על חטא; הושענה רבה - מען קלאפט מיט די הושענות. און פורים - קלאפט מען ביי המן. אבער שבועות זעט מען נישט מען זאל קלאפן, איז פארוואס עסט מען דעמאלט קרעפלעך? האט דער ראש ישיבה געזאגט, שבועות קלאפט מען דעם יצר הרע, דורכדעם וואס מען איז זיך מקבל צו לערנען די הייליגע תורה יעדן טאג - צוליב דעם עסט מען קרעפלעך.
 
נאכמיטאג האט דער ראש ישיבה פארגעליינט די תנאים געשריבן דורכן צדיק רבי ישראל נאגארא זכר צדיק לברכה. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז אין היכל הקודש איז דער מנהג צו געבן פשוטע מתנות פאר די חתן און כלה, אזוי אויך יעצט ווען מיר מאכן א חתונה מיט די תורה, דארף מען נישט געבן קיין טייערע מתנות, מען קען זאגן א פרק משניות אן פארשטיין, מען זאגט א דף גמרא כמו שהוא, און דאס איז די שענסטע און בעסטע מתנות וואס דער אייבערשטער דארף.
 
אויך האט דער ראש ישיבה גערעדט פון דעם וואס חז"ל זאגן אז ביי יעדע ווארט וואס דער אייבערשטער האט געזאגט ביי קבלת התורה, זענען די אידן צוריקגעשפרינגען צוועלף מיל, דאס ווייזט אז קודם האט מען א געוואלדיגע עלי', מען ווערט העכער און נענטער צום אייבערשטן, מען שפירט דעם אייבערשטן, אבער נאכדעם דארפסטו זיין גרייט אז דו גייסט שפירן ווי דו פאלסט צוריק, אבער מען טאר זיך נישט פון דעם דערשרעקן, נאר מען דארף אנגיין ווייטער.
 
דערנאך האט מען געדאווענט א פרייליכן מעריב און געגאנגען מאכן די סעודה.