חלק ג', הערליכע יום טוב שבועות מיטן ראש ישיבה אין קרית ברסלב ליבערטי
יב סיון תשפ"ד 📝
דעם צווייטן טאג אינדערפרי פארן דאווענען האט דער ראש ישיבה געלערענט זוהר הקדוש אין וואלד, צו שחרית איז דער ראש ישיבה צוגעגאנגען צום עמוד, וואס ווער עס האט דאס געהערט האט געהאט א הרהור תשובה, די אהבה רבה, די נקדישך, די הלל, עס האט אויפגעוועקט דעם הארץ צו וועלן צוריקגיין צום אייבערשטן און נאר אים וועלן דינען.
ביים קידוש נאכן דאווענען האט דער ראש ישיבה ארומגערעדט די טעם פארוואס מען עס מילכיגס, דאס איז צוליב דעם וואס מען זעט ביי מילך אן אינטערעסאנטע זאך; מילך קומט ארגינעל פון בלוט, און מען ווייסט דאך אז א זאך וואס קומט ארויס פון א טמא'נע זאך איז טמא, וואלט דאך מילך אויך געדארפט זיך אסור צו טרינקען, אבער די תורה האט דאס יא מתיר געווען, ווייל דאס איז אזוי ווי פרישע באשעפעניש. דאס קומט צו ווייזן אז מען זאל זיך נישט אראפקלאפן מיט וואס עס איז געווען, ווייל דו ביסט יעצט א נייע מענטש, בכלל נישט דער זעלבער פון פאר דעם.
נאכמיטאג האט מען געליינט די כתובה. דער ראש ישיבה האט ארומגערעדט פון דעם וואס דער רבי האט געזאגט אז ווער עס וועט קומען צו אים ראש השנה, חנוכה און שבועות, וועט געראטעוועט ווערן פון עולם התוהו. עולם התוהו איז נישט נאר נאכדעם וואס מען גייט אוועק פון די וועלט, נאר דאס איז אויך ווילאנג מען לעבט זאל מען נישט לעבן אין עולם התוהו, מען זאל לעבן מיט תכלית, זען צו דאווענען שחרית מנחה מעריב יעדן טאג, לערנען שיעורים כסדרן. און נישט זיין פארנומען מיט א צווייטן.
מיט דעם האט מען זיך געזעגענט פונעם הערליכן שיינעם יום טוב שבועות, אהיימנעמענדיג אלע שיינע לימודים אויף א גאנץ יאר.
און מיט דעם איז מען ארויס פון הייליגן יום טוב שבועות און אריין אין שבת קודש, וואס איז אויך אריבער גאר ווארעם און געשמאק, אלע תפילות האט דער ראש ישיבה געדאווענט אין בית המדרש אויף האשקי.
עס איז געווען גאר ווארימע תפילות, אזוי אויך האט מען געהערט גאר געוואלדיגע דיבורים ביים קידוש און אזוי אויך ביי שלש סעודות. אויך האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט שבת אינדערפרי אין וואלט פונעם סידור עת רצון. דער ראש ישיבה האט ארומגערעדט איבערן פארן קיין ראש השנה צום הייליגן רבי'ן, אז יעדער זאל מאכן התבודדות צו וויסן וויאזוי ער דארף פארן קיין אומאן, דאס יאר וויל ער נישט זאגן אויף וועלכע וועג ער גייט פארן, כדי מען זאל נישט זאגן אז יעדער מוז דווקא פארן אויף דעם וועג, נאר יעדער זאל זען וואס עס קומט אים אויס בעסער, אבער פארשטייט זיך מען זאל זען נישט צו פארן אליין, ווייל כל הדרכים בחזקת סכנה, מען דארף האבן א חבר וואס זאל דערמאנען אז מען דארף זיך היטן די אויגן.
פארשטייט זיך אז די באריכט איז נאר ממש א פינטל פון וואס עס איז אלס געווען, עס איז געווען אסאך מער פון וואס מען האט דא איבערגעגעבן, יעדע ווארט פונעם ראש ישיבה איז דאך אזוי שיין, פון וואס מען קען האבן חיות פארן גאנצן לעבן. עס איז צום האפן אז פון דעם שטיקל באריכט וועט איר קענען ארויסנעמען חיזוק אנצוגיין אין לעבן מיט די הייליגע תורה.
אזוי אויך האבן זיך אנשי שלומינו צוזאם גענומען אין די שולן פון היכל הקודש איבער די גאנצע וועלט, ווי מען האט געלערענט און געדאווענט און געחזרט דעם הייליגן רבינס עצות, און זיך מקבל געווען צו פאלגן דעם רבי'ן בתמימות ובפשיטות. בפרט האט מען זיך מחזק געווען מיט די מתנה וואס דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן דעם "סדר דרך הלימוד" און "התבודדות" וואס דאס וועט אונז ברענגען צו אלע מדרגות צו וואס א מענטש קען נאר צוקומען בזה העולם.