חמשה עשר באב - די סגולה פון מסכת תענית פאר שידוכים
טו אב תשפ"ו 📝
גרשון קרעמער
היינט איז דער גרויסער טאג חמשה עשר באב. חז"ל זאגן: "לא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב וכיום הכיפורים". עס איז באקאנט ביי גאנץ כלל ישראל אז דער טאג איז מסוגל פאר שידוכים. אסאך מענטשן פארן צום ציון פונעם תנא רבי יונתן בן עוזיאל אין עמוקה, וואו עס איז מקובל מתפלל צו זיין פאר שידוכים.
די וואונדערליכע מעשה
אין היכל הקודש איז דא א הפלא'דיגע מעשה וואס האט פאסירט אין דעם טאג ביי אונז אין ישיבה מיט פופצן יאר צוריק, בעת א באזוך פון מוהרא"ש זי"ע.
אין יאר תשע"א, אין די בראשית יארן פון די ישיבה, האבן מענטשן ארויסגעלאזט שלעכטע לשון הרע'ס אויף די ישיבה, און עס איז נישט געגאנגען קיין שידוכים. דער ראש ישיבה האט געשריבן א בריוו צו מוהרא"ש און אים געבעטן אז אפשר קען מוהרא"ש קומען אין קעמפ מחזק זיין די בחורים. דער ראש ישיבה האט אויך געבעטן אין זיין בריוו אז מוהרא"ש זאל איבערלאזן ברכות פאר די בחורים אז עס זאל גיין שידוכים. מוהרא"ש האט געענטפערט מיט א בריוו וואס איז געדרוקט אין די אידישע "אשר בנחל", וואו ער שרייבט צווישן אנדערע: "איך וועל אי"ה קומען חמשה עשר באב און ברענגען שידוכים."
די סגולה פונעם צדיק: לערנען מסכת תענית יעדן טאג
מוהרא"ש איז געקומען און געזאגט פאר די בחורים אז יעדער בחור וואס וועט לערנען יעדן טאג די גאנצע מסכת תענית, אנגעהויבן פון חמשה עשר באב ביז ראש השנה, זאגט ער צו אז ער וועט טרעפן זיין שידוך. עס איז געווארן א גרויסע שמחה אין ישיבה, און אלע בחורים האבן אנגעהויבן לערנען און ענדיגן יעדן טאג די גאנצע מסכתא.
זייט דעמאלטס חזר'ט זיך דאס איבער יעדעס יאר חמשה עשר באב, און נישט נאר אין ישיבת תפארת התורה, נאר איבעראל אין אלע ישיבות. א געזונטער בחור וואס וויל חתונה האבן טוט אלעס אויף דער וועלט ער זאל שוין טרעפן א שידוך, און דא הערט מען אן אויסגעפרואווטע סגולה פון א צדיק, וואס נעמט נישט זייער לאנג, בערך דריי שעה.
דערפאר זעט מען אין פילע ישיבות ווי בחורים, נאכן מיטהאלטן די סדרי הישיבה, נעמען זיך צו מסכת תענית אן דעם וואס איינער זאל זיי הייסן אדער שטיין אויפן קאפ, און זאגן אפ די גאנצע מסכתא יעדן טאג מיט די גרעסטע מאס עקשנות. די ברכה פון א צדיק ווערט מקויים, ווען מען זעט יעדעס יאר גאר וואונדערליכע מעשיות פון בחורים וואס האבן געטראפן גוטע שידוכים אויף גאר אומגעראכטענע וועגן, שנעל און גרינג, און שטעלן אויף שיינע ערליכע אידישע שטובער לשם ולתפארת.
לערנען תורה און אויפשטעלן א בית נאמן
חז"ל זאגן טאקע: "לא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב". די גרויסע שמחה פון חמשה עשר באב איז געווען אז מען האט געטראפן שידוכים. אזוי אויך זאגן חז"ל אז פון חמשה עשר באב דארף יעדער מוסיף זיין בלימוד התורה. ביי די בחורים וואס פאלגן דעם צדיק איז דאס ממש איין זאך: מען איז מוסיף בלימוד התורה, און מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף שטעלט מען אויף א בית נאמן בישראל.
לא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב.
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.