לכבוד חנוכה טוט דער ברסלב סענטער ארויסשטעלן א סעיל אויף אלעס אינעם ברסלב סענטער וועבסייט, ווי אנשי שלומינו האבן יעצט די געלעגענהייט איינצוקויפן פון אלעם גוטן, אנגעהויבן פון קונטרסים, סידיס, בילדער, ספרים און נאך פיל סחורה, פאר 10 פראצענט הנחה פון די גאנץ יעריגע ביליגע פרייז.
פון היינט זונטאג פרשת וישב, קענט איר באזוכן דעם וועבסייט, און איינקויפן מכל טוב וטוב, איר דארפט נישט אריינלייגן קיין שום קאוד, נאר בשעת'ן באצאלן, וועט איר אויטאמאטיש זען א 10% הנחה אויף אייער גאנצער ארדער.
ביי דער געלעגענהייט זענען מיר פרייליך צו מעלדן, אז אין די נאנטע טעג וועלן צוקומען נאך א גאר גרויסע אויסוואל פון ספרים וואס איז ספעציעל באשטעלט געווארן פון די מדפיסים פון ארץ ישראל, און איז געווען אויפגעהאלטן ביי די פארטן פאר עטליכע חדשים, אבער איז ברוך השם נארוואס אנגקעקומען צום ווערהאוז פונעם וועבסייט, ווי מען איז מסדר אלע ספרים, און וועט בקרוב ארויפגעשטעלט ווערן פארן ציבור הרחב אנשי שלומינו וואס ווארטן שוין דערויף א לאנגע צייט.
צווישן די ספרים ציילן זיך פילע ספרים פון מוהרא"ש זי"ע אויף פילע ענינים ווי סידורים, שבת, תהלים, זוהר הק', פירוש אויפן ליקוטי מוהר"ן, ספרים פאר פרויען, און נאך אסאך, אזוי אויך איז דא אן אויסוואל פון ספרים פון סיפורים פון מוהרא"ש באגלייט מיט אויג פארכאפענדע בילדער וואס זענען ארויסגעקומען אין ארץ ישראל דורך עטליכע לאנגיעריגע תלמידים פון מוהרא"ש. אויך פילע בענדער "אשר בנחל" אויף לשון הקודש, אזוי אויך די ספרים פון הייליגן רבין און רבי נתן אויף פארשידענע סייזעס און פארמאטן לויט די געשמאק פון יעדעם עקסטער.
לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אם לשמוע את דבר ה'
🛒 דער ברסלב סענטער סטאר