חנוכה אין ישיבה
כח כסלו תשע"ט 📝
די געהויבענע טעג פונעם יום טוב חנוכה, ווערט אויסגענוצט אין ישיבה מיט א שטארקייט, ווען די בחורים זיצן און לערנען זייער פלייסיג, ניצנדיג די השפעות פונעם הייליגן יום טוב אויפ'ן בעסטן פארנעם. ביי די שיעורים אין חנוכה האט דער ראש ישיבה אסאך ארומגערעדט פון די חיזוק וואס מיר קענען ארויסנעמען פון די נסים וואס דער אייבערשטער האט געמאכט מיט די אידישע קינדער בימים ההם בזמן הזה, ווי אזוי די קליינע הייפעלע פון די הייליגע חשמונאים האבן באזיגט די גרויסע און מעכטיגע מיליטער פון די יוונים, ווי אזוי זיי האבן צוריק אויפגעבויעט דעם צעבראכענעם בית המקדש, כאטש די יוונים האבן מטמא געווען אלע אויל, האט דער אייבערשטער געהאלפן אז מ'האט געטראפן א קליין קריגל אויל גענוג נאר פאר איין טאג, און דער אייבערשטער האט געמאכט א נס אז ס'האט געברענט פאר אכט טעג. דער ראש ישיבה שליט"א האט ארויסגעברענגט אז כאטש וואס ס'איז דאך געווען אזויפיל צרות דעמאלט, דער גאנצער בית המקדש איז געווען צעבראכן און טמא, וואלטן דאך די חשמונאים געקענט מאכן אויף דעם א טרויער טאג, האבן זיי זיך אבער זייער געפריידט און געמאכט א פרייליכער יום טוב מיט די קליין ביסל טהור'ע אויל וואס זיי האבן געטראפן. דאס לערנט אונז אז אפילו א מענטש שפירט ביי זיך אז ער אינגאנצן צעבראכן און טמא, זאל ער נישט אויפגעבן און אריינפאלן אין א יאוש, נאר ער זאל זיך שטארקן און אויפזוכן דאס קליין קריגעלע טהור'ע אויל וואס ער האט נאך יא, יעדער איד איז פול מיט מצות ומעשים טובים, אפילו פושעי ישראל מלאים מצות כרמון, און מיט דעם זאל זיך דער איד זייער פרייען, ער זאל זיך פרייען אז ער איז זוכה צו עסן כשר'ס, ער היט שבת, ער גייט מיט ציצית, ער טוט אן תפלין, ער האט א בארד און פאות, און אזוי ווייטער האט יעדער איד גענוג און נאך גוטע זאכן מיט וואס ער קען זיך זייער פרייען. און אז ער וועט זיך פרייען מיט די ביסל גוטס וואס ער האט אין זיך, וועט דאס שוין ברענגען אז ער וועט ווערן אינגאנצן גוט. דערפאר איז די מצוה צו צינדען די חנוכה ליכט אינדרויסן אויפ'ן גאס ברשות הרבים, ביינאכט ווען ס'איז טונקל, און גאר נידריג למטה מעשרה טפחים; אונז צו ווייזן אז אין סיי וועלכע מצב א איד געפונט זיך נאר, האט ער נאך אייביג אן האפענונג, ער קען זיך נאך צוריק אנצינדען זיין הייליגע נשמה, נר ה' נשמת אדם. ווען מ'זיצט ביי די הייליגע חנוכה ליכט, איז דאן די בעסטע צייט זיך אויסצובעטן ביים אייבערשטן, עס הערשט דאן א געוואלדיגער עת רצון, מ'קען זיך אויסבעטן ביים אייבערשטן אלעס וואס מ'וויל און וואס מ'דארף. און דאס בעסטע איז ווען מ'רעדט צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, אזוי ווי מ'וואלט זיך אויסגערעדט פאר א גוטער און נאנטער חבר. דער אייבערשטער הערט אויס יעדעס ווארט וואס מ'רעדט צו אים, און ער וועט זיכער העלפן די אלע וואס ווענדען זיך צו אים.
ביים שיעור פאר אינגעלייט דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכט האט דער ראש ישיבה שליט"א אויך גערעדט אז חנוכה איז א צייט פון חינוך, מ'דארף זיצן אינדערהיים מיט די קינדער, זיי דערציילן די גרויסע נסים וואס דער אייבערשטער האט מיט אונז געטון, און אז דער אייבערשטער טוט אויך היינט גרויסע נסים און העלפט יעדן וואס רעדט צו אים און בעט זיך ביי אים. נישט ווי געוויסע ווילן זאגן אז מ'דארף פארן קיין אומאן אויף שבת חנוכה, דער הייליגער רבי האט נאר געזאגט אז מ'זאל קומען צו אים אויף ראש השנה, אבער שבת חנוכה דארף מען זיין אינדערהיים מיט די פאמיליע, און אריינברענגען אין זיי די הייליגע אמונה.
ומנותר קנקנים נעשה נס לשושנים!