פארגאנגענעם ליל ששי וארא איז פארגעקומען די חנוכת הבית פארן צווייטן בית המדרש היכל הקודש אין ספרינג וואלי בהשתתפות דער ראש ישיבה, צוזאמען מיט א שיינעם סיום אויף מסכת ברכות אין תלמוד ירושלמי, וואס מען האט געענדיגט דאנערשטאג.
 
עס איז געקומען צו פארן א גרויסע עולם פון פולע שטעט פון די טריי סטעיט עריע, מיטצוהאלטן דעם שיינע מעמד חנוכת הבית און סיום מסכתא, אנשי שלומינו פון איבעראל פרייען זיך מיט צו דעם עפענונג פונעם בית המדרש וואס איז שוין דער צווייטער בית המדרש היכל הקודש אין שטאט.
 
 אזוי ווי די שטאט מאנסי פארנעמט אויף די מאפע איבער זיבן מייל לאנג, און עס ממש אוממעגליך אנצוקומען דאווענען שבת און יום טוב אין בלויז איין בית המדרש אין גאנצן שטאט, צוליב דעם האבן זיך צאמגעזעצט אנשי שלומינו צו זען וואס מען קען טון, נאך אסאך תפילות צו טרעפן א גוטע פלאץ און א גוטע געגענט האט מען ברוך השם געפונען זייער א פיינעם געשמאקן פלאץ אין זייער א גוטע געגענט.
 
די גבאים פון בית המדרש האבן געבעטן דעם ראש ישיבה אז לכבוד דאס עפענונג פונעם נייעם בית המדרש זאל ער קומען פראווען דעם סיום מסכת ברכות אינעם נייעם בית המדרש, און דער ראש ישיבה האט דאס טאקע אנגענומען, דאנערשטאג נאכט איז די געווענליכע אינגעלייט שיעור פארגעקומען אינעם נייעם בית המדרש, עס איז געווען צוגעשטעלט א ברייטע סעודה לכבוד די סיום, דער ראש ישיבה מיט אלע משתתפים האבן זיך געוואשן צום סעודת מצוה, דערנאך האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט דעם לעצטן דף און דערנאך געמאכט דעם סיום.
 
נאכן סיום האט מען געזינגען ניגונים פון תורה, דערנאך האט דער ראש ישיבה האט געגעבן א הערליכן שיעור די גרויסקייט פון לערנען יעדן טאג מיטן וועג וואס דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן, און אפילו א כולל אינגערמאן וואס לערנט א גאנצן טאג מיט חברותות, דארף זיך אויך קובע זיין צו לערנען שיעורים כסדרן אויפן סדר הלימוד, ווייל עס איז דא אזויפיל טעג וואס מען האט נישט קיין כולל, מען איז טרוד מיט אנדערע זאכן און מען קומט נישט אן צו לערנען, דארף מען זען צו נעמען דעם סדר הלימוד, אזוי וועט נישט אדורך גיין קיין איין טאג אן לערנען תורה.
 
אויך האט דער ראש ישיבה פון נאך גאר שיינע נושאים וואס לוינט זיך דערפאר אויסצוהערן דעם גאנצן שיעור, מען קען עס הערן אויף קול ברסלב, אזוי אויך קען מען עס זען אויף ברסלב סענטער וועבסייט.
 
מיט ברכת המזון האט דער ראש ישיבה מכבד געווען דעם מגיד שיעור מו”ה הערשל פריעדמאן הי”ו וואס לערנט פאר דעם דף גמרא אין בית המדרש יעדע נאכט. 
בשעת מעשה האט דער ראש ישיבה געזאגט אז ער האט הנאה פון די וועג וויאזוי ר’ הערשל איז מקורב געווארן, נאכדעם וואס ער האט געהערט איינעם חוזק מאכן פון א ניגון פונעם ראש ישיבה, און ער האט געוואלט הערן וואס דער ניגון איז, און פון דעם איז ער מקורב געווארן...
 
ביים סוף האט דער ראש ישיבה אביסל געשמועסט מיט אנשי שלומינו פון דעם וואס מען רעדט לשון הרע’ס אויף היכל הקודש יעדע מאל א אנדערע אויפגעטראכטע מעשה. 
 
אנשי שלומינו אין שטאט זענען ארויס מיט א געוואלדיגע חיזוק פון דעם באזוך פונעם ראש ישיבה שליט”א, און אלע האבן זיך פארגענומען צו אנהייבן לערנען יעדן טאג א דף בבלי א דף ירושלמי און א פרק תוספתא און דערמיט זיך בויען א "בית נצחי".