חנוכת הבית פון ביהמ"ד היכל הקודש לאנדאן צוזאמען מיט הילולת מוהרנ"ת
ח טבת תשפ"ג 📝
סטעמפארד היל, לאנדאן. - גאר פרייליכע נייעס קומט אריין פון אנשי שלומינו אין עיר הבירה לאנדאן אז מ'האט ענדליך געטראפן א צוגעפאסטע פלאץ צו האבן אן אייגן ווינקל ווי תלמידי היכל הקודש לאנדאן וועלן קענען דאווענען, לערנען, און זיך מחזק זיין אינאיינעם.
דאס קומט נאך טויזנטער טויזנטער תפילות וואס אינגעלייט, בחורים און קינדער תלמידי היכל הקודש תושבי לאנדאן האבן איינגעריסן ביים באשעפער און האבן מתפלל געווען צום אייבערשטן אז זיי זאלן קענען האבן א אייגענע ביהמ"ד זיך צו קענען מחזק זיין און דאווענען אינאיינעם, און האבן דארט חבורות א פלאץ ווי יעדער וואס דארף חיזוק זאל קענען קומען און זיך דערווארעמען די נשמה פון די רבי'ןס חיזוק.
דער ראש ישיבה האט שוין עטליכע מאל געזאגט אז עס זייער וויכטיג מען זאל האבן אן אייגענע פלאץ פאר א שול, און ברוך השם בסייעתא דשמיא איז מען איבערגעקומען אלע שווערע מניעות און באוויזן צו עפענען א ביהמ"ד צו די גרויס פרייד פון אלע תלמידי היכל הקודש לאנדאן.
די חנוכת הבית וועט פארקומען בעזרת השם יתברך מארגן מאנטאג נאכט אור ליום עשרה בטבת אינאיינעם מיט די יארצייט פון ר' נתן זצוק"ל, ווי אלע אנשי שלומינו וועלן זיך צוזאם קומען צו די גרויסע געלעגענהייט צום נייעם בית המדרש וואס געפונט זיך אויף 23A סעינט ענדרוס גראוו (ביים זייטיגן אריינגאנג)
23A St. Andrews Grove - Side Entrance
דער אייבישטער זאל העלפן אז פון דעם פרישן לעכטיגן ווינקל זאל ארויסקומען פילע שעות תורה תפלה הפצה, און דעם אייבישטנ'ס נאמען זאל נתקדש און נתרומם ווערן אויף דער וועלט.