א גאר געהויבענעם מעמד חנוכת הבית איז פארגעקומען נעכטן זונטאג שופטים נאכמיטאג נאכדעם וואס דער אייבישטער האט געהאלפן אז עס איז מקויים געווארן דער פסוק כי עתה ה' הריחב לנו ופרינו בארץ, עס איז אונטערגעקומען אפצוקויפן א גרויסע קאמערשאל געביידע מיט אלע נויטיגע איינרינכטונגען פאסיג פארן גרויסן הפצה פאבריק, און מען האט יעצט זוכה געווען צו באנייען דעם גרויסן בנין לשמחת לב אלע אנשי שלומינו.
 
כדי דאס צו קענען אפקויפן האט זיך געפאדערט גרויסע סכומים, או אנשי שלומינו וואס רוב רובם זענען נתקרב געווארן טאקע דורך די הייליגע ספרים, דורך די לעכטיגע דיבורים זענען זייער ווארעם דערפאר. זיי שפירן א געוואלדיגע הכרת הטוב פארן רבונו של עולם אז נאכדעם וואס זיי האבן געזוכט א צדיק וואס פארשטייט זיי, און נאך יארן פון נישטערן האבן זיי זוכה געווען צו טרעפן דעם אור פון הייליגן רבין דורך די קונטרסים, שפירן זיי פאר א חיוב צו העלפן נאך אידן טרעפן זייער גליק. און אנשי שלומינו האבן זיך טאקע זייער ווארעם אנגערופן און האבן מנדב געווען ברוח נדיבה. יעצט ווען מען האט שוין געהאלטן דא, האט דער ראש ישיבה באשלאסן אז עס איז נישטא קיין פאסיגערע דאטום דערפאר ווי ראש חודש אלול, ווען מען גרייט זיך שוין צו פארן צום הייליגן רבין, און אזוי אויך איז די פאסיגסטע פלאץ אינעם גרויסן זאל פונעם פאבריק ווי די הפצה גייט אן כסדר, די טראקס מיט פאפיר קומען כסדר אן פון איין זייט, און די מפיצים קומען אויפפיקן פארטיגע ספרים און קונטרסים פון די אנדערע זייט.
 
מען האט פרובירט אוועקצוריקן די פילע מאשינען כדי צו מאכן פלאץ פאר די טישן און בענקלעך אבער פארט איז נישט געווען גענוג פלאץ דערפאר האט מען בלויז געקענט רופן אלע נדבנים וואס האבן צושטייער געגעבן גרעסערע סכומים, כדי זיי זאלן קענען זען מיט די אייגענע אויגן וואס דארט טוט זיך אפ.
 
מען האט סערווירט פארן גרויסן ציבור געלאדענטע געסט א געשמאקע סעודה, און מען האט הנאה געהאט פון א געשאמקע פראגראם.
 
דער יושב ראש איז געווען מו"ה העניך אינדיג הי"ו איינע פון די ענערגישע חברי הנהלה וואס האט איינגעלייטעט דעם מסיבה מיט פאסיגע ווערטער. אויפן אויבן אן האט זיך אנגעזען דער כהן שדעתו יפה מו"ה יואל הכהן ראזענבערג הי"ו וואס האט געהאט די זכיה צו מייסד זיין און באגלייטן דעם קרן הדפסה פונעם ערשטן טאג, און האט יעצט זוכה געווען אפצוקויפן דעם שם הבנין וואס טראגט מיט שטאלץ דעם נאמען "בנין יואל הכהן ראזענבערג".
 
צום ערשט איז ארויפגעקומען מו"ה יואל שניצלער הי"ו וואס האט פארציילט די השתלשלות פונעם דרוקן און שרייבן די אלע בריוו און שאלות ותשובות פון ראש ישיבה וואס ווערט געדרוקט אין "עצתו אמונה" און אין "איש אמונות" וואס האט שוין אויפגעלעבט און מחיה מתים געווען טויזנטער אידן.
 
דערנאך האט מען געהאט די געלעגענהייט צו הערן די ווערטער פונעם גרויסן מפיץ מו"ה ראובן בירנבוים הי"ו וואס האט אראפגעלייגט וואס דער קרן הדפסה מיינט פון די פערספעסטיוו פון א מפיץ, ער האט פארציילט גאר אינטערעסאנטע און באלערענדע עפיזאדן וואס ער איז דורכגעגאנגען במשך די יארן וואס ער גייט הפצה.
 
דערנאך האט מען געהאט די זכיה צו הערן דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט גערעדט איבער די גרויסקייט פון דרוקן די ספרים, און ווי שטארק מוהרא"ש פריידט זיך בעולם העליון ווען ער זעט אזא גרויסע הפצה פאבריק וואס קומט ארויס פון דא אן א שיעור ספרים גליונות און קונטרסים, דער ראש ישיבה האט גערעדט פון די פילע נייע פראיעקטן אין וואס די הפצה האט זיך אריינגעלייגט לעצטענס.
 
דערנאך האט דער ראש ישיבה געטיילט פאסיגע מתנות פאר אלע וואס האבן זיך משתתף געווען מיט שיינע סכומים פארן בנין, און דערנאך האט דער ראש ישיבה געקלאפט א מזוזה אויפן טיר, אזוי אויך אלע הויפט נדבנים זענען נתכבד געווארן מיט אנקלאפן א מזוזה אויף איינע פון די טירן.
 
דער ציבור איז זיך צוגאנגען פונעם מסיבה מיט א פרישע בליק אויף הפצה און אויף מפיצים. דער מסיבה וועט לאנג געדענקט ווערן ביי אלע משתתפים.