קרית ברסלב, ליבערטי - פארגאנגעם זונטאג וישב איז פארגעקומען א "מעמד קביעת מזוזה" ביים נייער חדר בנין אין ליבערטי, בראשות דער ראש ישיבה וואס איז ספעציעל געקומען צו פארן צום מעמד.
 
אויפן אויפבוי פונעם בנין קומט זיך א גרויסן דאנק די ווארימע נדבות פון אנשי שלומינו, וואס איז אויפגעטריבן געווארן דורך די לאנג יעריגע גבאים פונעם רענט קאמפיין, מו"ה שבתי מארקוס הי"ו און מו"ה אשר בער אינדארסקי הי"ו, וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט זיי געבעטן זיי זאלן נעמען אויף זיך אויך דאס שאפן נדבנים צו קענען ענדיגן דעם בנין. אנשי שלומינו האבן נישט אנטוישט, און האבן זיך אנגערופן מיט ווארימע סכומים.
 
דער ראש ישיבה האט גערופן די נדבנים צום מעמד קביעת מזוזה, ווי דער ראש ישיבה האט גערעדט איבער די גרויסע זכיה פון אינוועסטירן אין חינוך, ספעציעל ווען מען רעדט פונעם חדר היכל הקודש, ווי מען לערנט די קינדער צו לעבן מיטן אייבערשטן, און צו ליב האבן תורה ומצוות.
 
דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט די שיינע וואוקס פון די מוסדות, וואס מען האט נארוואס געעפענט אינעם ערשטן געביידע, און איז אזוי שנעל אויסגעוואקסן, אזוי ווייט אז מען פלאנט שוין יעצט צו קויפן א דריטע בנין.
 
אזוי אויך האט דער ראש ישיבה אויסגערומט די טייערע מלמדים און טישטערס וואס לייגן אריין גרויסע כחות צו קענען אויפציען קינדער וואס זענען געזונט אויך בנפש.
 
דער ראש ישיבה האט ארום גערעדט פון די געוואלדיגע חינוך וואס מען באקומט דא, די שטארקע אמונה וואס די מלמדים און טיטשערס לייגן אריין אין די קינדער, און די גרויסע כחות וואס זיי לייגן אריין צו ערציען קינדער וואס זאלן וואקסן געזונט, זיי זאלן וועלן חתונה האבן און אויפשטעלן דורות פארן אייבערשטן.
 
דער ראש ישיבה האט פארציילט: "לעצטנס איז דא אן אויפוואכונג איבער דעם פראבלעם אז מיידלעך ווילן נישט חתונה האבן, מען זוכט עצות אויף דעם, מען איז ארויף געקומען אויף אן עצה צו מאכן תקנות אז א מיידל טאר נישט רעדן צו קיין פרענד נאך עלף אזייגער ביינאכט, מיט די האפענונג אז אפשר אזוי וועט זי נישט זיין אזוי צוגעקלעבט צו די פרענדס", דער ראש ישיבה האט געזאגט אז ווען ער האט דאס געהערט האט ער ממש אנגעהויבן וויינען פאר אידישע קינדער, "דאס איז די עצה זיי זאלן וועלן חתונה האבן? צוכאפן די פאון וועט העלפן? ווען מען לאזט מיר רעדן וואלט איך אין צוואנציג מינוט זיי געקענט מסביר זיין די שיינקייט פון חתונה האבן און ווי גוט עס איז צו לעבן אן עכטע לעבן נאך די חתונה מיט'ן אייבערשטן". דער ראש ישיבה האט אויסגעפירט: "ברוך השם אז דא אין די מוסד לערנט מען דאס אויס פאר די קינדער פון יונגווייז אן".
 
די וואך מאנטאג האט מען ברוך השם באנייעט דעם בנין, די קינדער האבן זיך אריבער געצויגן צו זייערע נייע קלאסן, אזוי אויך האבן זיך די אפיס איינגעשטעלטע אריבער געצויגן צום נייעם הערליכן אפיס אינעם נייעם בנין ווי עס איז אסאך בעסער אהערגעשטעלט.
 
אלע אנשי שלומינו זענען געלאנדעט אנטייל צו נעמען אינעם גרויסן מלוה מלכה קומענדיגע וואך מוצש"ק מקץ חנוכה וואס וועט פארקומען צוזאמען מיט א גרויסארטיגן "חנוכת הבית" מסיבה, ווי מען וועט דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר ווייסן פונעם הייליגן רבין און פון זיינע זיסע עצות. דער מלוה מלכה וועט בזרת השי"ת פארקומען אינעם ערשטן חדר בנין אויף 39 טשעסטנאט סטריט. דער ראש ישיבה שליט"א וועט זיך בעז"ה באטייליגן און אויפטרעטן מיט א שיינע דרשה לכבוד חנוכה און לכבוד דעם געהויבענעם מאמענט.