ווי שוין באריכטעט האט מען געבויעט א נייע בית הוראה אין שטוב פונעם דיין הרב ר' יונה זינגער שליט"א אין שטעטל, ווי די איינוואוינער קומען כסדר אנפרעגן שאלות הלכה למעשה, אויף וואס דער דיין ענטפערט כדת של תורה.
 
פאריגע וואך דאנערשטאג איז פארגעקומען א חנוכת הבית אויפן נייעם שטיבל וואס מען האט קורא שם געווען "בית הוראה עמק יחזקאל", דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך פערזענליך באטייליגט, אזוי אויך האבן זיך די חשובע כולל יונגעלייט באטייליגט, דער ראש ישיבה האט געזאגט עטליכע ווערטער און בתוך הדברים געזאגט פאר די אינגעלייט ווי אזוי מען קען זוכה זיין צו געדענקען און קענען גוט די הלכות וואס מען לערענט אז מען זאל בעטן דעם אייבערשטן, "אנשטאט זיצן לאנג אויף איין הלכה זאל מען ענדערש זיצן נאך א מינוט ביי אהבה רבה און בעטן והאר עינינו בתורתך", האט דער ראש ישיבה געזאגט.
 
דער דיין שליט"א האט געפרעגט דעם ראש ישיבה שליט"א אויב עס איז פאסיג א נאמען צו געבן פארן בית הוראה 'עמק יחזקאל' נאכן קארלסבורגער רב ז"ל דער זיידע פון ראש ישיבה שליט"א, זאגענדיג אז ער האט זוכה געווען דארט אנצוהייבן צו פסק'נען שאלות און באקומען סמיכה פונעם רב ז"ל, דער ראש ישיבה האט זייער הנאה געהאט פונעם געדאנק און געזאגט אז עס איז פאסיג צו געבן א נאמען פאר א פלאץ ווי מען פסק'ענט שאלות נאך דעם גרויסן צדיק וואס האט זיך כל ימיו אוועק געגעבן אויפצושטעלן הונדערטער און טויזנטער מורה הוראות.
 
די שטעטל איינוואוינער האבן זוכה געווען אז דער דיין שליט"א באשיינט דער שטאט, און געבט זיך אוועק פיר און צוואנציג שעה אין מעת לעת סיי ווען מען דארף עפעס פרעגן. א גאנצן טאג זיצט ער אין היכל הבית המדרש, ווי ער איז דער ראש הכולל, און אלע ווייסן די אדרעס צו קענען קומען פרעגן אויב עס מאכט זיך א שאלה, אזוי אויך אין די אנדערע שעות, זיצט דער גרויסער גאון דער דיין שליט"א אסאך שעות אין זיין בית הוראה ווי ער לערנט און נעמט אויף די שואלים. דער דיין שליט"א נעמט אלעמען אויף בסבר פנים
יפות, און ענטפערט בטוב טעם ודעת, דער דיין איז באקאנט אז אויסער זיין גרויסע גאונות בתורה, ווי ער אויסגעקאכט אין יעדע אזוי גערופענע "פארשטופטע הלכה", האט ער געלערנט פלייסיג אויך דער "פינפטער חלק שולחן ערוך", און דער דיין פארשטייט פון דעם שואל די שאלה "צווישן די שורות", און דער דיין שליט"א האט שוין געהאט די זכי' ארויסצוהעלפן און שטעלן אויף די פיס פילע אידישע שטובער.
 
דער ראש ישיבה שליט"א דערמאנט דעם מעמד אין א בריוו "היינט בין איך געווען אין שטעטל באזוכן די ישיבה, חדר, בית פיגא, און ועל כולם די כולל; איך בין געזיצן מיט די כולל אינגעלייט אינעם בית הוראה עמק יחזקאל, על שם מיין זיידע קארלסבורגער רב זכר צדיק לברכה; די כולל אינגעלייט האבן זיך פארהערט א חלק הלכות שבת, עס איז געווען זייער א שיינע מעמד."
 
אין לו להקב"ה אלא ארבע אמות של הלכה