ברוך שהחיינו וקיימנו, מיט גרויס פרייט גרייט מען זיך שוין ענדליך אויף דעם חנוכת הבית פארן נייעם הערליכן גיגאנטישן בנין קרן הדפסה היכל הקודש אין ליבערטי, ווען דער ראש ישיבה שליט"א האט באשטימט דער דאטום פון זונטאג, ראש חודש אלול הבעל"ט אלץ די פאסיגע טאג צו פייערן דעם חנוכת הבית.
 
ווי דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אין א בריוו פארגאנגענעם מאנטאג פרשת חקת "די פאסיגע צייט פאר'ן חנוכת הבית פונעם נייעם בנין "קרן הדפסה היכל הקודש" - איז ראש חודש אלול, זונטאג פרשת שופטים."
 
"זונטאג איז א טאג וואס די אלע וואס ארבעטן קענען דאס מיטהאלטן, אויך קען עס זיין א ראש חודש סעודה, און אויך א הכנה צום רבינ'ס ראש השנה."
 
"די גאנצע וועלט איז אנגעהאנגען אין רבינ'ס ראש השנה (כמובא בחיי מוהר"ן, סימן תה); די בעסטע פלאץ וואו זיך צו גרייטן אויף ראש השנה - וועט זיין אינעם נייעם בנין וואו מען דרוקט הונדערטער טויזנטער ספרים צו ברענגען אלעמען קיין אומאן."
 
"איך בעט דיר זייער, טייל נישט קיין טייערע מתנות. אנשי שלומינו דארפן נישט די זאכן, בפרט די וואס געבן פאר הדפסה, די וואס האבן אן הרגשה אינעם רבינ'ס זאך - די דארפן נישט טייערע זאכן. איך זאג דיר, עס איז א שאד די צייט, א שאד די געלט."
 
אין אפיס פון בית הדפוס קאכט און רודערט מיט די צוגרייטונג צום זעלטענעם מסיבה, וואס מאכט זיך נישט יעדן טאג, ווען עס איז אנגעקומען דער גרויסער מאמענט צו באנייען דעם גרויסע שיינעם בנין נאר פאר דעם ציהל פון דרוקן ספרים און קונטרסים, גליונות און נאך, און פארשפרייטן דעם אייבערשטענ'ס נאמען אויף די גאנצע וועלט.
 
דער מסיבה פארשפרעכט מיטן אייבערשטנ'ס הילף גאר שיין, מיט א הערליכע רייכע פראגראם, וואס לוינט נישט צו פארפאסן. אויך וועט מען צווישן אנדערע באערן די וואס האבן צושטייער געגעבן פארן אפקויף פונעם בנין.
 
די אלע נדבנים וואס האבן נאך נישט אויסגעצאלט זייער התחייבות, אדער די וואס ווילן זיך נאך משתתף זיין, קענען זיך פארבינדן מיט'ן גבאי מו"ה לייבי ראטה הי"ו, אויף 347-578-4449.
 
מער פרטים וועט מען מעלדן אין די קומענדיגע טעג בעזרת השם יתברך.