חסדי ה' כי לא תמנו - יום הצלת רביה"ק מסאטמאר זי"ע
כא כסלו תשפ"ה 📝
היינטיגן טאג טוען אידישע קינדער איבער די גאנצע וועלט דאנקען דעם אויבערשטן אויף דעם גרויסן חסד וואס ער האט געטון מיט אידישע קינדער אז אינעם גרויסן הסתר פנים ביים צווייטן וועלטס קריג האט דער אויבערשטער איבערגעלאזט דעם גרויס צדיק אמת דער לוחם מלחמות ה' הרה"ק מסאטמאר זי"ע, וואס האט מיט זיין גרויסע כח הקדושה באוויזן צוריק צו בויען כלל ישראל נאכן גרויס בראך, ווען כלל ישראל איז ארויסגעקומען פון אייראפע צוקלאפט און צובראכן, אידישע קינדער האבן געדארפט אנהייבן אלעס פון אל"ף. נישטא קיין משפחות, נישטא קיין קהילות, נישטא קיין רבנים, אלעס איז געווען איין שטיק תוהו ובוהו, און נאך ערגער, אינעם גרויס צומישניש איז נאך אריינגעקומען איינע פון די שווערסטע נסיונות וואס אידישע קינדער האבן נאר דורכגעמאכט אין גלות, דאס איז געווען די נסיון הציונות וועלכע האט פארפראכן פאר די עצמות היבשות גאלדענע גליקן מען זאל נאר קומען צו זיי, זיי האבן געהעצט קעגן די אמונה, קעגן דעם אויבערשטן, און געזוכט צו פארכאפן אלעמען אונטער זייערע לאפעס, און איינרעדן אז מען קען זיך אליינס נעמען א גאולה, בויען א מדינה א מיליטער, א נאציאנאליטעט מיט א שפראך און קולטור, און זיין ככל הגוים רחמנא ליצלן, האט דער אויבערשטער רחמנות געהאט אויף אונז און געמאכט א נס אז דער הייליגער צדיק יסוד עולם, דער הייליגער סאטמאר רבי זכותו יגן עלינו איז געווארן ארויסגעראטעוועט געווארן אין דעם גרויסן טאג.
דערפאר זענען אנשי שלומינו ספעצעל פרייליך אין דעם טאג, און מען לויבט און דאנקט דעם אויבערשטן אז מיר האבן זוכה געווען זיך צו דרייען ביי צדיקים תלמידים פון דעם גרויסן צדיק וואס האט און אונזער דור ווייטער אריינגעפרעדיגט מיר זאל האלטן די קאפ קלאר און נישט ווערן פאדרייט פון די ווינטן פון די גויאישע גאס, וואס פרובירט מיט אלע כחות אראפ צו ווארפן אידישע קינדער צו עבירות, און זיי מאכן פארגעסן פונעם אויבערשטן. און דערפאר דארפן מיר כסדר חזר'ן די הייליגע אמונה, רעדן צום אויבערשטן, רעדן פון אויבערשטן, און אזוי וועלן מיר מקרב זיין די גאולה שלימה.
דער ראש ישיבה שרייבט אין א בריוו אום חודש שבט תשפ"א איבער דעם הייליגן סאטמארן רבין זי"ע: "דער הייליגער סאטמאר רבי זכותו יגן עלינו ברענגט אין ספר הקדוש ויואל משה (מאמר ישוב ארץ ישראל, סימן קנ) פון ספר שיחות הר"ן (סימן לה): "שֶׁהוֹלֵךְ אֶפִּיקוֹרְסוּת גָּדוֹל עַל הָעוֹלָם", עס וועט קומען א צייט וואס עס וועט זיין גרויסע אפיקורסים, "אַשְׁרֵי מִי שֶׁיַּחֲזִיק עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה בְּאֵלּוּ הָעִתִּים", וואויל איז פאר די וואס וועלן זיין שטארק אין די אמונה אינעם אייבערשטן און דער רבי האט געזאגט: "אַף עַל פִּי שֶׁאֵינוֹ מוֹעִיל כְּלָל מַה שֶּׁהוּא מְסַפֵּר זֹאת, שֶׁיִּהְיֶה אֶפִּיקוֹרְסוּת בָּעוֹלָם וְשֶׁצְּרִיכִין לְהִתְחַזֵּק עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה, כִּי אַף עַל פִּי שֶׁהוּא אוֹמֵר זֹאת אַף עַל פִּי כֵן מִתְגַּבֶּרֶת הָאֱפִּיקוֹרְסוּת וְהַבִּלְבּוּלִים", איך ווייס עס וועט נישט העלפן אז איך זאג שוין דאס אלעס פאראויס, "אַךְ אַף עַל פִּי כֵן אֲנִי מוֹדִיעַ זֹאת מִקֹּדֶם", דאך זאג איך יעצט וואס גייט זיין, "בִּשְׁבִיל אוֹתָן מְעַט הַכְּשֵׁרִים שֶׁיְּחַזְּקוּ עַצְמָן בֶּאֱמוּנָתָן", פאר די געציילטע ערליכע אידן, זיי זאלן זיך שטארקן, "וּבְוַדַּאי יִהְיֶה לָהֶם מִלְחָמוֹת גְּדוֹלוֹת בְּדַעְתָּן", זיי וועלן זיך דארפן אסאך שלאגן מיט די ביטערע נסיונות, "לְמַעַן יִהְיֶה לָהֶם לְמֵשִׁיב נֶפֶשׁ וְהִתְחַזְּקוּת וְהִתְאַמְּצוּת יוֹתֵר כְּשֶׁיִּרְאוּ שֶׁכְּבָר דִּבְּרוּ מִזֶּה מִקֹּדֶם", דאס וועט זיין פאר זיי גרויסע חיזוק ווען זיי וועלן זען אז מען האט שוין פון פריער געוויסט וואס עס גייט זיין.
אויך ברענגט ער דעם שיחה (שם, סימן רכ) וואס דער רבי האט געזאגט: "שֶׁיִּהְיֶה אֶפִּיקוֹרְסוּת גָּדוֹל בָּעוֹלָם", עס וועט קומען א צייט וואס עס וועט זיין אין די וועלט אפיקורסות, "כִּי מִלְמַעְלָה יָבוֹא אֶפִּיקוֹרְסוּת בָּעוֹלָם", פון הימל וועט מען ברענגען אפיקורסות, "בִּשְׁבִיל נִּסָּיוֹן", כדי צו אויספרובירן ווער עס וועט זיין שטארק אין די אמונה, עס וועט זיין זייער שווער פאר די ערליכע אידן, דער רבי האט געקרעכצט און געזאגט: "אוֹי, אֵיךְ יוּכְלוּ לַעֲמֹד אֲנָשִׁים מוּעָטִים נֶגֶד כָּל הָעוֹלָם", ווי אזוי וועלן אזוי ווייניג מענטשן קענען שטיין קעגן די גאנצע וועלט...
דער רבי זכותו יגן עלינו פירט אויס אין ויואל משה: "וְזֶה עִנְיָן שֶׁל רוּחַ הַקּוֹדֶשׁ שֶׁרָאָה מָה הִגִּיעַ אֵלֵינוּ בְּעִיקְבָא דִּמְשִׁיחָא", דאס איז א רוח הקודש פון רבי'ן, ער האט שוין דעמאלט געזען וואס וועט זיין אינעם היינטיגן דור.
וואויל זענען די וואס האבן נישט קיין שום שייכות מיט די מינים ואפיקורסים, די ערב רב; מען האלט זיך שטארק אין אמונה, מען גלייבט אינעם אייבערשטן און מען גייט אין די וועג פון די תורה, און ווארטן צו ווערן אויסגעלייזט דורך משיח צדקינו במהרה בימינו.