חסידי ברסלב געדענקען צום גוטן דעם איש החסד דאקטער ר' יצחק ראזענבערג ז"ל
ו ניסן תשפ"ב 📝
מיט צער און ווייטאג נעמט מען אויף די שווערע בשורה איבער די פטירה פון הרה"ח יצחק ראזענבערג ז"ל, וואס האט צוריק געגעבן זיין לויטערע נשמה צום באשעפער, היינט דאנערשטאג טהרה.
ר' יצחק ראזענבערג וואס טראץ דעם וואס ער איז געווען א גאר פארנומענע מענטש, זייענדיג אן אויסגערופענע דאקטער, האט אבער זיכער געמאכט גוט אויסצונוצן זיינע טעג, און זיי אנגעפילט מיט תורה, מצוות און מעשים טובים, ער האט צווישן זיינע פילע לימודים געענדיגט עטליכע הונדערט מאל משניות.
ר' יצחק וועלכע איז געווען א דאקטער האט געטריי באדינט מוהרא"ש זי"ע און האט געהאט די זכיה צו ראטעווען דאס לעבן פון מוהרא"ש ווען ער האט געהאט דעם שווערן הארץ אטאקע אחרון של פסח, און האט געגעבן פאר די וועלט די זכיה צו האבן מוהרא"ש מיט אונז פאר נאך עטליכע גוטע יארן.
אויך איז ר' יצחק געטריי געשטאנען צום ראש ישיבה שליט"א געהאלפן דעם ראש ישיבה ביים עפענען די הייליגע מוסדות, און בכלל מיט אלעם וואס ער האט נאר געקענט. ר' יצחק איז אלץ געווען א פרייליכער איד, און זיך קיינמאל געמישט אין קיין מחלוקת, נאר אלץ געהאט א גוט ווארט פאר יעדן.
ר' יצחק פלעגט שטארק מחזק זיין און העלפן די מפיצים, און אין זיינע אינגע יארן פלעגט ער אליינס טון אין הפצה ווען ער פלעגט אפכאפן און פארקויפן די טעיפס פון די שיעורים פון מוהרא"ש.
ר' יצחק איז געשטאנען ביים שפיטאל בעט פון מוהרא"ש אין זיינע לעצטע טעג, ווי ר' יצחק פארציילט האט אים מוהרא"ש צוגערופן עטליכע שעה פאר זיין הסתלקות און אים געזאגט "איך האב אן אויסגעבעטן קינד, דעם ראש ישיבה, אל הנער הזה התפללתי"
יעצט ווען מען געזעגענט זיך פון דעם טייערן איד, נעמען זיך אנשי שלומינו פאר אז מען וועט אויך טון אזוי דעם נפטר, און טון חסד איינע מיטן צווייטן, לערנען בהתמדה טראץ די פילע טירדות.
אין מלווין לו לאדם, אלא תורה מצוות ומעשים טובים