חסידי ברסלב לאזן א טרער אויפן פרישן קבר פון הרה"ח ר' יחזקאל פריעדמאן ז"ל
ב תמוז תשפ"ג 📝
פאריגע וואך איז נסתלק געווארן אין קרית יואל, הרב יחזקאל פריעדמאן זכרונו לברכה, ר' יחזקאל האט מיטגעמאכט אין די לעצטע פופצן יאר יסורים נוראים למעלה מהשגתינו, ער האט געליטן אויף א שווערע מחלה וואס האט אים איבערלגעלאזן פאראליזירט אויפן גאנצן קערפער ממש, ער איז געווען אין א מצב וואס ער האט גארנישט געקענט טון. פון די אנדערע זייט האט אים דער קאפ געארבעט, ער האט געקענט הערן, און זען, און מיט די הילף פון טעכנאלאגישע מאשינען האט ער געקענט "שרייבן" מיט די אויגן, און ווען ער האט עפעס געוואלט זאגן פאר איינעם האט ער געקענט קוקן אויף א סקרין און אזוי "אפטייפן" וואס ער האט געוואלט, און דערנאך עס ארויספרינטן.
הרב ר' יחזקאל ז"ל איז געווען א מוסטער פון קבלת יסורים באהבה, און טראץ זיינע פילע יסורים און באגרעניצונגען האט ער זיך געשטארקט מיט די אמונה, און איז אלץ געווען פרייליך און געדאנקט דעם אויבערשטן פאר דאס וואס ער האט נאך יא.
די מלמדים פון תלמוד תורה היכל הקודש אין קרית יואל פלעגן אויסנוצן דעם געלעגענהייט און כסדר געקומען מיט די קינדער מבקר חולה זיין, ר' יחזקאל ז"ל פלעגט זיך זייער שטארק פרייען צו זיי, און זיי אלץ אויפגענומען זייער ווארעם, די קינדער פלעגן אלץ ארויסגיין פון אזא באזוך מיט גאר אסאך חיזוק, ווען ר' יחזקאל פלעגט זיי אלץ שרייבן גאר שטארק אמונה ווערטער.
ער פלעגט זיך אלץ נאכפרעגן אויף די קינדער וואס זיי טוען, און פלעג זייער הנאה האבן צו שמועסן מיט די ברסלב'ע קינדער ביי וועם אמונה איז א חלק פון זייער לעבן. אט דא אויפן קעפל איז אן אריגינעלע בריוו וואס הרב ר' יחזקאל ז"ל האט געשריבן פאר די קינדער פון די ברלסב'ע חדר אין קרית יואל א צייט צוריק.
דער הארציגער בריוו ליינט זיך (בערך) ווי פאלגענד, מיר וועלן צולייגן די ווערטער וואס פעלט צומאל, צוליב וואס יעדע ווארט איז אים אנגעקומען זייער שווער צו שרייבן, פלעגט ער שרייבן זייער קורץ.
"חסדי השם כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו,
(איך) קען נישט שלינגען, אבער ברוך השם (איך) האב א פייפ וואס פירט די עסן.
(איך) קען נישט אטעמען, אבער ברוך השם (איך) האב (א) מאשין וואס העלפט (מיך) אטעמען.
(איך) קען נישט גיין, (אבער איך) האב (א) בענקל (מיט) וואס מען טראגט מיך.
(איך) קען נישט רירן די הענט, (אבער איך) האב ברוך השם געטרייע העלפערס.
(איך) קען נישט רעדן, (אבער איך) האב ב"ה א כלי וואס דורך שאקלען מיט (די) קאפ (קען איך) שרייבן.
(איך) קען נישט ארויס געבן די לחות פון מויל, האב (איך) ב"ה א מאשין (עס) צו נעמען ארויס.
(איך) קען נישט ארויס הוסטן די לחות פון לונג, האב (איך) ב"ה א מאשין צו העלפן.
אלעס וואס דער אויבערשטער טוט איז באשטימט גוט, און (איז) א טובה."
די בריוו און די באזוכן האבן איבערגעלאזט אויף די קינדער א גרויסן השפעה, ווען זיי האבן אנגעהויבן צו זען וואס מיינט דאס דאקנען דעם אויבערשטן, ווען מען זעט א איד דאנקט דעם אויבערשטן אז ער האט א פייפ וואס פירט די עסן צו די לונגען, ער דאנקט דעם באשעפער אז ער האט א מאשין וואס העלפט אים אטעמען, ער איז פרייליך אז ער האט א בענקל מיט העלפערס וואס העלפן און טראגן אים, און אזוי ווייטער, האט עס דערמאנט אלעמען צו דאנקען דעם אויבערשטן אז מען קען עסן, גיין, רעדן.
יעצט ווען דער בעל יסורים הרה"ח ר' יחזקאל איז אוועק פון דער וועלט לאזן די לעכטיגע קינדער און זייערע געטרייע מלמדים א טרער אויף דעם טייער איד וואס האט מחזק געווען אזויפיל אידן צו לעבן מיט אויבערשטן, און אים צו דאנקען אין אלע אומשטענדן
יהא זכרו ברוך