אן אומגלויבליכע עפיזאד האט זיך לעצטנס אפגעשפילט אינעם "שערי צדק" שפיטאל אין ירושלים עיה"ק, א געשיכטע וואס לאזט זיך קוים גלייבן, וואו מען זעט בחוש וויאזוי דער אויבערשטער פירט די וועלט מיט א געוואלדיגע השגחה פרטית, כאטש מיר פארשטייען בכלל נישט וואס און פארוואס.
 
די מעשה איז אז צוויי ברידער, משה און יוסף מזרחי, וועלכע זענען אידענטישע צווילינגען, האבן זיך ביידע געטראפן אינעם שערי צדק שפיטאל אין ירושלים אין דעם זעלבן טאג, ווען ביי ביידע זענען געבוירן געווארן למזל טוב געזונטע אינגלעך בשעה טובה ומצלחת.
 
אבער דאס איז נאך נישט די גאנצע מעשה; דער וואונדער איז פיל גרעסער. עס שטעלט זיך ארויס אז מיט צוויי יאר צוריק, אינעם יאר תשפ"ד, האט זיך פונקט די זעלבע וואונדערליכע מעשה אפגעשפילט מיט זיי, ווען ביי ביידע זענען געבוירן געווארן מיידלעך אויך אינעם זעלבן טאג און אינעם זעלבן שפיטאל! יעדע מעשה פאר זיך שטימט אינגאנצן נישט מיט קיין שום סטאטיסטיק אדער וויסנשאפט, בפרט אז די זעלבע זאך זאל פאסירן צוויי מאל נאכאנאנד, איז א זאך וואס לאזט דעם מח געפלעפט און אינגאנצן פארוואונדערט.
 
די גאנצע מעשה קען מען נישט מסביר זיין אדער אראפלייגן בדרך הטבע, עס לייגט זיך פשוט נישט אויפ'ן שכל. כאטש לויט אונזער באגרעניצטן שכל וואלט גארנישט פאסירט ווען זיי האבן קינדער אין אנדערע טעג, און מען קען נישט זען קלאר וויאזוי דאס האט פונקט אזוי געמוזט פאסירן כדי צו ראטעווען איינעם, דאך זעט מען דא אפן אז דאס איז אן "אצבע אלקים". דער אויבערשטער וויל מיר זאלן אים אויפזוכן און זען, נישט קיין חילוק וואס מיר גייען דורך – צי די רייזע פארט געשמירט צי עס זענען דא באמפס אויפ'ן וועג. איינער ווארט אויף קינדער, א צווייטער דארף א רפואה, און א דריטער דארף פרנסה; יעדער וועט געהאלפן ווערן פונקטליך ווען און וויאזוי דער באשעפער וועט וועלן.
 
דער הייליגער רבי האט אונז געלערנט אז עס עקזיסטירט בכלל נישט קיין "טבע", אלעס וואס פאסירט איז לויטער געטליכקייט. עס איז נישטא קיין "צופאל" און נישט קיין "מזל", עס איז דא בלויז השגחה פרטית אויף יעדע איינציגע זאך, סיי גרויס און סיי קליין, נישט קיין חילוק צי מיר פארשטייען עס יא אדער נישט. אונזער קליינער שכל קען פשוט נישט באגרייפן די חשבונות פונעם באשעפער.
 
לאמיר אפלאזן אונזערע דאגות וואס עס וועט זיין מארגן, נעקסטע וואך אדער איבער א יאר. דער באשעפער וואס באזארגט יעדע באשעפעניש מיט אלע אירע געברויכן האט אונז נישט פארגעסן; ער מאכט נישט קיין טעותים און ער ווערט נישט מיד. לאמיר זיך פארלאזן נאר אויף אים און מתפלל זיין צו אים, וועט אונז גוט זיין אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט.
 
אין אדם נוקף אצבעו מלמטה, אלא אם כן מכריזין עליו מלמעלה.
 
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447, אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.