די אידישע וועלט איז אויף מיט די גרויסע נייעס. א איד אין ארץ ישראל האט האט זוכה געווען ביי די עלטער פון נאנט צו ניינציג יאר אז עס איז געבוירן געווארן צו זיי א בן זכר.  דער בעל שמחה איז אן ערליכער איד א גרויסער תלמוד כחם הגאון הגדול רבי צבי קאשאלעווסקי שליט"א, וועלכע דינט כהיום אלץ ראש ישיבת היכל התורה.
 
פרובירט זיך פארצושטעלן א איד ווארט ביז די דרייסיג צו האבן א קינד, ווי שטארק ער דארף זיך שלאגן מיט יצר הרע וואס איז אים מייאש אז ער וועט שוין נישט האבן קיין קינדער, און אויב איז ער שוין פערציג, פופציג. ווער וואלט נאך געגעבן א שאנס פאר א איד איבער די זיבעציג אז ער וועט נאך געהאלפן ווערן מיט א קינד? דער ראש ישיבה פון ארץ ישראל איז שוין געווען פינף און אכציג יאר, אן עלטער וואס רוב היימישע אידן מאכן שוין לאנג חתונה די אור אייניקלעך. קיינער וואלט זיך נישט דערוואגט צו זאגן אז ער האט נאך האפענונג. אבער דער אויבערשטער קען אלעס מאכן.
 
די ערשטע לימוד פון דעם נייעס איז אז נישט קיין חילוק ווי שווארץ עס קוקט אויס, קען דער אויבערשטער נאך אלץ אלעס איבערדרייען אין איין רגע. געב נישט אויף, גלייב און האף צום אויבערשטן וועסטו זען אז עס וועט נאך לעכטיג ווערן.
 
ווען עס ווערט געבוירן א קינד צו א איד נאך ווארטן לאנגע יארן, פארשטייט יעדער אז די שמחה איז גרויס. אבער במחילת כבודך, דו ביסט געהאלפן געווארן מיט א קינד ביי די צוואנציג, פארוואס ביסטו נישט פרייליך דערמיט. נאר אויב דער אויבערשטער וואלט דיר געמאכט ווארטן ביז די אכט און אכציג און דערנאך וואלסטו געהאלפן געווארן מיט א קינד, איז עס א שמחה, נאר דעמאלטס קומט זיך א הכרת הטוב פארן אויבערשטן? מיר אלע דארפן דאנקען דעם אויבערשטן אז מיר זענען נישט אין תפיסה, אפילו מיר זענען נישט רובאשקין וואס איז אויסגעלייזט געווארן פון תפיסה מיט א נס, מיר דארפן דאנקען דעם אויבערשטן אז מיר האבן קינדער אפילו מיר זענען נישט קאשאלעווסקי.
 
לאמיר ארויסגיין אין א טענצל און דאנקען דעם אויבערשטן פאר אלעס גוסט וואס ער געבט אונז.
 
משנכנס אדר מרבין בשמחה
 
אויב האט איר סיי וועלכע נושא וואס איר ווילט מיר זאלן באשרייבן, קענט איר שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com, און מיר וועלן פרובירן צו ענטפערן מיטן אויבערשטענ'ס הילף.