א הערליכע פרייליכע אבער פשוטע חתונה איז פארגעקומען אין ישיבה נעכטן זונטאג בא, פון החתן שמעון נרו יאיר א זון פונעם ראש ישיבה שליט"א, וואס איז געגאנגען אונטער די חופה מיט די טאכטער פונעם מנהל המוסדות הרב אברהם משה שטראססער שליט"א.
 
דער ראש ישיבה האט אינטערגעפירט אינטער די חופה זיין פערטע קינד בשעה טובה ומצלחת, און דער מנהל שליט"א האט אינטערגעפירט דעם דריטן קינד קע"ה ביידע האבן חתונה געמאכט די קינדער ביז אהער אין בית המדרש. דאס איז געווען די פיר און זעכציגסטע חתונה אין ישיבה ווי עס ווערט געפראוועט פאר אומזיסט, עס קאסט נישט פאר די מחותנים קיין איין דאלער.
 
עס איז געווען גאר שיין מיטצוהאלטן די שמחה וויאזוי עס ווערט געפירט אויף א פשוטע אופן, אן קיין אויספענדן געלט אין מיסט פאר אפאר שעה פון די חתונה. ווי דער ראש ישיבה האט זיך אויסגעדריקט, ווען ער וואלט ווען געבעטן די תלמידים זאלן אים צושטעלן לעמפעלעך מיט פידלעך פאר די חתונה וואלטן זיי עס גערן צוגעשטעלט, און מען וואלט נאך אפילו געזאגט אז דאס איז הפצה… אבער דער ראש ישיבה איז ווייטער געגאנגען מיטן מהלך אז די חתונה דארף ווערן געפראוועט אין בית המדרש אזוי ווי אלע חתונות וואס אנשי שלומינו פראווען אין בית המדרש.
 
די חתונה ביים ראש ישיבה ברענגט ארויס א פרישע אויפוואכונג ביי אנשי שלומינו נישט צו ספענדן געלט (וואס מען האט נישט) פאר א חתונה אדער סיי וועלכע שמחה, בפרט פאר די נאכט פון די חתונה וואס פליעט דורך אין געציילטע שעות, ווי מען זאגט אינעם פיוט ונתנה תוקף "כצל עובר וכענן כלה, וכרוח נושבת וכאבק פורח, וכחלום יעיף". און דערנאך שרייט מען אויס "ואתה הוא מלך קל חי וקים", די גאנצע מעכטיגע חתונה פליעט דורך ווי אן אויגן בליק און נאר דער אייבערשטער בלייבט אויף אייביג, דאס איז וואס מען טוט דא חזר'ן אז די אמונה איז די עיקר פון אלעס, און נישט כבוד (המדומה) און געלט.
 
די שמחה געווען גאר פרייליך און געשמאק, עס איז טאקע געווען צושטיפט וויבאלד עס איז געפראוועט געווארן אין בית המדרש, און נישט אין א גרויסע שיינע רבי'שע זאל וואס וואלט זיך רואיגערהייט אנגעפילט, אבער אזוי ווי דער ראש ישיבה זאגט שטענדיג אז די חתונה איז בסך הכל אפאר שעה און דערנאך גייט יעדער אהיים צו זיין שטוב און דארט קען ער זיך רואיגערהייט אויסציען און זיצן באקוועם אויף וועלכע וועג ער וויל, און עסן וועלכע סארט עסן עס שמעקט אים.
 
אויך איז די חתונה געווען א גרויסע הפצה, ווי דער ראש ישיבה האט זיך אויסגעדרוקט ביים פאריגע חתונה פון זיין טאכטער תחי':  ווען עס איז דא א חתונה קומען אלע צו גיין, קרובים וואס וואלטן נישט געגאנגען צו א קרוב'ס חתונה; דאך אין ברסלב, אין היכל הקודש, אין ישיבה – ווילן זיי זען; איז דאס א שטארקע הפצה. 
 
דער אייבערשטער זאל העלפן אז פון די שמחה זאל נשפע ווערן שפע פאר אלע תלמידים און פאר אלע אידישע קינדער איבער די גאנצע וועלט, און אלע אידישע קינדער זאלן אנהייבן רעדן צום אייבערשטן אזוי ווי דער רבי האט געוואלט.
 
קול ששון וקול שמחה קול חתן וקול כלה