נעכטן דינסטאג אווענט פרשת וירא, איז געגאנגען אונטער די חופה החתן אהרן בן מו"ה בן מו"ה פנחס זעליג פיש ני"ו, עב"ג בת מו"ה משה שטיינבערג הי"ו. די חתונה איז פארגעקומען מיט גרויס שמחה אינעם נייעם זאל כרם מנחם אין בארא פארק.
דער חתן נ"י איז פון די תלמידים פון די הייליגע ישיבה תפארת התורה ברסלב אין וויליאמסבורג, ווי דער חתן האט אויסענוצט זיינע בחורישע יארן מיטן לערנען מיט גרויס התמדה, און האט שוין זוכה געווען צו ענדיגן איבער 101 מאל גאנץ מסכת תענית, צוויי מאל גאנץ ש"ס בבלי, 2 מאל גאנץ ש"ס ירושלמי, 5 מאל גאנץ ששה סדרי תוספתא, אויסער זיינע פילע אנדערע שיעורים וואס ער האט געלערענט טעגליך.
דער חתן נ"י האט מיט זיין גרויס התמדה נאך געהאט צייט צו העלפן דעם ראש ישיבה שליט"א אין די ישיבה, און מיט הפצה, א.א.וו. און יעצט ווען דער חתן איז זוכה אויפצושטעלן זיין אייגענע שטוב, וואונטשן אים אלע אנ"ש ער זאל זוכה זיין אז די שכינה זאל רוען ביי זיי אין שטוב, און ער זאל זוכה זיין צו בני חיי ומזוני.
אי"ה מוצש"ק וועט זיין אי"ה א שיינע שבע ברכות אין ישיבה אלץ הכרת הטוב פאר'ן חתן, ווי דער ראש ישיבה שליט"א וועט בעז"ה זאגן שיינע דברי התחתקות, און מען וועט זיך משמח זיין בשמחת חתן וכלה.
די שבע ברכות מוצש"ק וועט בעז"ה זיין אין ישיבה אויף 27 סקילמאן סט. אום 8:30
 
שמח תשמח רעים האהובים