אין די יעצטיגע טעג פרישט מען איבער דעם חתונה זאל אין ישיבה "עטרת אפפעל" דער חתונה זאל וואס האט שוין חתונה געמאכט צעדליכע גליקליכע חתנים און כלות בחנם אין כסף, אזוי ווי איר ליינט, די מתוחנתים האבן נישט געדארפט ארויסנעמען קיין רויטן פעני פאר די חתונה נאכט. 
 
אנפאנג האט מען נאך געדארפט האבן "חיזוק" מען זאל נישט קוקן אויף אנדערע, און מען זאל טון וואס איז ריכטיג. היינט ברוך השם האלט עס שוין אז עס איז שוין אן אנגענומענע זאך אז מען מאכט חתונה די קינדער אזוי ווי מען האט געטון אין אלע פריערדיגע דורות אויף א באשיידענעם אופן אין בית המדרש. די מחותנים זאגן אז עס איז פשוט נישטא די ווערטער זיך צו באדאנדען פאר דעם סערוויס פון קענען חתונה מאכן די קינדער אויף אזא וועג. זיי זענען אמת'דיג פרייליך ביי די שמחה, זיי שעפן נחת ווי זייערע קינדער הייבן אן צו בויען זייער אייגענע היים, אָן דעם וואס עס דרוקט ביים הארץ, און אָן דעם וואס מען זאל זיך דארפן אנטרוקען מיט וויין כדי צו פארגעסן פון די פילע הארץ עסענישן וואס די "שמחה" האט זיי געקאסט. אזוי אויך אלע באטייליגטע אַפּרישיעטן אזא שמחה, אויסער דעם וואס ביי די חתונות איז די לופט פשוט עפעס פרייליך, פראוועט מען נישט קיין צייט פארברענגענישן, אלעס גייט מיט א זייגער, און נאכדעם איז מען מקיים דעם הייליגן מנהג פון "מצוה טאנץ" אויף א געהויבענע פארנעם, ווען דער שמש רופט אויס די מחתונים און די זיידעס אָן קיין נערוון-קריכענדע גראמען און פאלשע חנופה'דיגע רימערייען צו וואס קיינער האט נישט קיין צייט און געדולד. ביי אזא שמחה קומען די זיידעס אראפ פון עולם העליון אן דעם וואס מען זאל אויסרופן, און זיי שעפן נחת פון זייערע קינדער וואס לעבן מיטן תכלית און זוכן נישט צו ווייזן פאר זייערע אזוי גערופענע חברים זייערע פאלשע עשירות.
 
נאכן נוצן אזויפיל יאר איז שוין דאס פלאץ געווארן אביסל אפגענוצט, און דער חשובער נדבן פונעם זאל מו"ה אייזיק אפּעל הי"ו, האט זיך יעצט פריש אריינגעלייגט איבערצופרישן דעם זאל. מען וועט בעז"ה איבערמאכן די ווענט הערליך שיין. דער איבערגעמאכטער זאל וועט שוין בעז"ה גענוצט ווערן אנגעהויבן קומענדיגע וואך ווען אין די עטליכע וואכן ביז ראש השנה גייען בעז"ה פארקומען נאך פילע חתונות אין בית המדרש.
 
עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים