מיטן גרויס שמחה גרייטן זיך אנשי שלומינו צו די חתונה פון החתן שמעון ני"ו א זון פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס גייט אונטער די חופה מיט א הכלה בת הר"ר אברהם משה שטראסער שליט"א מנהל המוסדות וואס וועט פארקומען אין היכל הישיבה קומענדיגן זונטאג פרשת בא הבעל"ט, דער ראש ישיבה שליט"א לאדענט איין אלע אנשי שלומינו זאלן זיך קומען מיטפרייען ווי דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אינעם היינטיגן מכתב "דער אייבערשטער מאכט מיט מיר אזעלכע חסדים, דעם שבת וועל איך זיין אין בארא פארק ביי מיין טאטע שליט"א, איך מאך באווארפן פאר מיין זון החתן שמעון, איך מאך עס ביי מיין טאטע שליט"א. די חתונה וועט זיין בעזרת השם יתברך ובשעה טובה ומוצלחת זונטאג אין ישיבה, איך וועל זיך זייער פרייען אז דו וועסט קומען; פון קרית ברסלב דארף מען זיך נישט אריינשלעפן, עס וועט זיין שבע ברכות אין שטעטל, וועלן מיר זיך דארט קענען פרייען אויף די גרויסע חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אונז אז מיר ווייסן פון רבי'ן, פון אזעלכע עצות."
 
און אזוי ווי אלע חתונות אין ישיבה וועט עס פארקומען אויף א פשוטע פארנעם, אן קיין נארישע אויסברענגעריי פון קעיטערערס, בלומען, פאטאגרעפערס, שפילערס, זינגערס און בדחנים, פאר די נאנטע משפחה וועט בעז"ה צוגעשטעלט ווערן א באשיידענע סעודה, און מען וועט אנצינדן א מוזיק פלעיער וואס האט שוין אויף זיך שיינע שפילערס און זינגערס און מען וועט זיך קומע משתתף זיין און זיך מיטפרייען מיט די שמחה פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס איז זוכה צו פירן א קינד אונטער די חופה בשעה טובה ומצלחת, און מיטן מחותן דער מנהל המוסדות שליט"א וואס פריידט זיך אונטער צו פירן זיין טאכטער אונטער די חופה.
 
נאכן בענטשן וועט דער שמש אויסרופן צו מצוה טאנץ די מחותנים און די זיידעס - צווישן זיי דעם קארלסבורגער רב שליט"א און הגה"צ ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א מווייטצען - מיט'ן געשמאקן "יעמוד יעמוד" נוסח, און וועט נאכפאלגן מיט די הייליגע מנהג וואס יסודתם בהררי קודש פון מצוה טאנץ מיט גרויס געהויבענקייט, און מען וועט ארויסלאזן דעם נארישן איינפיר פון הספדים און גראמען פון וואס קיינער - אויסער דער בדחן - האט נישט קיין נוצן.
 
און דערנאך וועלן חתן כלה און די מחותנים אהיים גיין גענוג פרי מען זאל נאך האבן גענוג צייט זיך אויסצורוען און קענען אויפשטיין אינדערפרי צו א פרישע פראדאקטיוו טאג בסעייתא דשמיא, דעם קומענדיגן טאג וועט שוין סייווי קיין איין חבר'טע געדענקען וועלכע קלייד די שוועסטער פון די כלה האט אנגעטון, קיינער וועט שוין נישט קענען שמעקן די פרישע בלומען פון נעכטן, אויך די פלאץ וועט שוין נישט זיין צושטיפט, אבער פאר די מחותנים וועט בלייבן די הרווחה פאר א לאנגע צייט, זיי וועלן נישט האבן קיין עכטע חובות פון די עכטע שטיינער, זיי וועלן מיטן אויבערשטנעס הילף שעפן הויפענעס נחת פון זייערע קינדער וואס זענען נישט געספוילט געווארן פון די פילע שוואוילטאגן, און ווען מען זעט זיך שפעטער אז מען האט מיינונגס פארשידענהייטן ווייסן זיי וואס דאס מיינט צו זיין סענסעטיוו צו א צווייטן, און קענען זיך דורכקומען בעזרת השם יתברך.
 
אנשי שלומינו זענען זייער דאנקבאר פאר'ן ראש ישיבה שליט"א וואס דערמאנט אונז כסדר און פירט זיך ווי דער גענעראל וואס גייט בראש המלחמה און איז א פערזענליכע ביישפיל פון מאכן שמחות פשוטערהייט, און וואונטשן אן פארן ראש ישיבה שליט"א מיט אלע מחותנים אז דער אויבערשטער זאל זיי געבן פיל נחת ביי אלע קינדער און אייניקלעך, און דער ראש ישיבה שליט"א זאל האבן כח ווייטער צו קענען איבערגעבן פאר אונז די עצות און חיזוק פון רבי'ן און מוהרא"ש ביז די הונדער און צוואנציג יאר, אמן.