חתונה אין ישיבה היינט דאנערשטאג בעז"ה
יז אייר תשע"ט 📝
מארגן דאנערשטאג פ' בהר וועט אי"ה פארקומען די חתונה פון הבה"ח ישראל סאמעט הי"ו, עב"ג בת הרה"ח מוה"ר דניאל בוים שליט"א מחשובי אנ"ש. די חתונה וועט פארקומען אין בית המדרש היכל הקודש ברסלב אין וויליאמסבורג.
ווי ביי די פריערדיגע חתונות, וועט דאס מאל אויך אלעס ווערן צוגעשטעלט גענצליך אומזיסט פאר ביידע זייטן, אלע משפחות פון די קהלה לייגן צו א האנט צוצושטעלן אלע געברויכן פון די חתונה, און גלייכצייטיג איז ערווארטעט אז דאס וואס זיין גאר א פרייליכע חתונה, ווי ביי די פריערדיגע חתונות אין ישיבה.
מיט יעדע פרישע חתונה וואס קומט פאר אין שול, ווערן די חתונות נאך מער שטילער און באשיידענער. ביי יעדע פרישע חתונה קומען אויף פרישע געדאנקען ווי אזוי צו מאכן די חתונה נאך מער היימיש און אידיש, ווי אזוי אויסצוגעבן נאך ווייניגער געלט פאר אומנויטיגע צוועקן, און די חתונות ווערן מער פרייליך און מער פשוט און איינפאך.
צו די זעלבע צייט, מאכן אבער די חתונות גאר הויכע קולות. פאר די פילע מחותנים וואס ברעכן אונטער די לאסט פון די אומגעהויערע גרויסע הוצאות החתונה, וואס איז פאר כמעט יעדן אוממעגליך צו באצאלן אן חובות; פאר די מחותנים הערט זיך די נייעס איבער די אומזיסטע חתונות אין זייערע אויערן ווי קולות וברקים אויף די העכסטע טענער. די אומזיסטע חתונות מאנען און פאדערן, זיי ווייזן קלאר שווארץ אויף ווייס אז ס'איז מעגליך חתונה צו מאכן די קינדער מיט אן אמת'ע רואיגקייט און שלוות הנפש, נישט ווי ס'איז שוין איינגעגעסן געווארן ביי מענטשן אז א חתונה מוז קראנק מאכן די עלטערן פון ביידע זייטן רחמנא ליצלן.
ווען עס ענדיגט זיך די פאר שעה פון די חתונה, וואס האט מען דעמאלט פון די אלע געלטער וואס מ'האט געווארפן אין מיסט? די איינציגסטע זאך וואס בלייבט, איז דאך נאר די נחת וואס מ'וועט האבן שפעטער פון דעם פרישן פאר-פאלק, און אויך - אויב האט מען נישט דעם ריכטיגן שכל - די פילע חובות מיט וואס מ'וועט זיך מוטשען צו באצאלן פאר די קומענדיגע יארן.
דעריבער איז ווערד צו באגריסן די קלוגע מחותנים, די קלוגע חתן כלה, וואס טוען די ריכטיגע שריט, זיי געבן נישט אויס קיין איבריגע געלטער פאר די נאכט פון חתונה, זיי טראכטן נאר פון תכלית, וואס וועט זיין נאך די חתונה, דער עיקר ציל איז אויפצושטעלן א אידישע שטוב, א בית נאמן בישראל.
דער אייבערשטער זאל זיי טאקע העלפן אז ס'איז זאל א קשר של קימא און א בנין עדי עד, מיט דורות ישרים ומבורכים געזונטערהייט.
כי טובה חכמה מפנינים!