עס איז אונז א פרייד צו לאזן וויסן פארן חשובן ציבור, אז די ארבעט אויפן לאנג ערווארטעטער אלבום דער פערטער אין דער סעריע פון "טאנץ מיט אמונה" גייט אן אין פולן שוואונג, און עס איז שוין בעז"ה נענטער ווי ווייטער די ערשיינונג פונעם העליכן אלבום.
טראץ דעם וואס די פריערדיגע אלבומס זענען אויך אריינגעלייגט געווארן גרויסע כחות, סיי אין די מוזיק, סיי אין די ניגונים, סיי אין די אינהאלט איז אבער ביי דעם נייעם אלבום אריינגעלייגט געווארן נאך פיל מער כחות.
מען האט ב"ה באוויזן צוזאם צושלעפן די בעסטע מוזיקאנטן אין די אידישע מארקעט פון אמעריקע און ארץ ישראל, עס וועט זינגען דערויף א הערליכע כאר, אזוי אויך ווערן צוגעגרייט הערליכע ניגונים, ועל כולם א גאר גאר רייכע תוכן פון ניגונים, וואס וועקן אויף א מענטש זיך צוריקצוקערן צום אייבערשטן, בלאזן אריין א חיות אין אידישע קינדער, און געבן אריין א ליבשאפט צום אייבערשטן און זיין תורה.
 
"ניגון וכלי שיר יש להם כח גדול להמשיך את האדם לה' יתברך. על כן טוב לאדם להרגיל את עצמו להחיות את עצמו בכל פעם על ידי איזה ניגון לשמח את נפשו ולדבק את עצמו לה' יתברך"