עס איז אונז א פרייד צו לאזן וויסן פאר'ן חשוב'ן ציבור, אז די ארבעט אויפ'ן לאנג ערווארטעטער אלבום, דער פערטער אין דער סעריע פון "טאנץ מיט אמונה", גייט אן אין פולן שוואונג, און עס איז שוין בעז"ה אויפ'ן וועג ארויסצוקומען בקרוב.
טראץ דעם וואס אין די פריערדיגע אלבומס זענען אויך אריינגעלייגט געווארן גאר גרויסע כחות, סיי אין די מוזיק, סיי אין די ניגונים, און סיי אין די אינהאלט, איז אבער ביי דעם נייעם אלבום אריינגעלייגט געווארן נאך פיל מער כחות.
מען האט ב"ה באוויזן צוזאם צושלעפן די בעסטע מוזיקאנטן אין די אידישע מארקעט פון אמעריקע און ארץ ישראל, עס וועט זינגען דערויף א הערליכע כאר, אזוי אויך ווערן צוגעגרייט הערליכע ניגונים, ועל כולם א גאר גאר רייכע תוכן פון ניגונים, וואס וועקן אויף א מענטש זיך צוריקצוקערן צום אייבערשטן, בלאזן אריין א חיות אין אידישע קינדער, און געבן אריין א ליבשאפט צום אייבערשטן און זיין תורה.
די פריערדיגע אלבומס אין די סעריע זענען געווארן גאר שטארק פאפולער ביים היימישן ציבור, די ניגונים פול מיט אמונה און יראת שמים, חיזוק אויף אידישקייט, וויל יעדער טאטע מאמע אז זייערע קינדער זאלן אויפוואקסן דערמיט; און די מפיצים זאגן אז יעדער בעט און וויל האבן די מוזיק אלבומס פונעם ראש ישיבה שליט"א, און ווארטן שוין קוים אויף א פרישער אלבום.
ווארט מיט שפאנונג אויפ'ן נייעם אלבום וואס קומט ארויס אי"ה אין די נאנטע טעג.
 
שירו לה' שיר חדש!