ווען די ישיבה תפארת התורה האט געהאלטן אין איר דירטע יאר, און יאר תשע"א, איז די ישיבה געווען סטאנציאנירט אין א קעמפ אין עלענוויל, ניו יארק, און ווי דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אין א בריוו, "דעמאלט איז נישט געווען קיין איין חתן אין ישיבה, ווייל מען האט זייער מבזה געווען די ישיבה, און מען האט ארויסגעלאזט א שלעכטע נאמען אויף מיר און אויף די ישיבה וכו’, וואס דאס האט געברענגט אז מענטשן האבן מורא געהאט צו נעמען א בחור פון ישיבה פאר אן איידעם. יעדעס מאל מען האט אנגעטראגן א שידוך פאר איינעם, און יענער האט געהערט אז דער בחור לערנט אין ברסלב, האט יענער גלייך אראפגעהאקט דעם טעלעפאן."
 
דער ראש ישיבה פלעגט כסדר פרעגן פון מוהרא"ש זי"ע “וואס וועט דא זיין, קיינער וויל נישט נעמען קיין בחור פון ישיבה?!” און מוהרא"ש זי"ע פלעגט כסדר ענטפערן פארן ראש ישיבה שליט"א “וועסט נאך זען, עס וועט קומען א צייט, וואס די מיידליך וועלן נאר וועלן בחורים פון דיין ישיבה”, דער ראש ישיבה פארציילט, אז עס האט אים דעמאלטס אויסגעקוקט, ווי מוהרא"ש וויל אים סך הכל מחזק זיין, ווייל מען האט נישט געקענט דעמאלטס טראכטן אז עס זאל טאקע אזוי זיין במציאות.
 
איר ווייסט וואס, לאמיר אינגאנצן איבערגעבן דאס ווארט פאר'ן ראש ישיבה, און זען וואס ער שרייבט אינעם בריוו ווייטער, "אבער היינט צו טאגס זעט מען וואס הייסט א ברכה פון א צדיק; צענדליגער שידוכים זענען געווארן נאר ווייל די מיידלעך האבן זיך איינג’עקשנ’ט אז זיי ווילן נאר א בחור פון ישיבה, ווייל זיי הערן די דרשות פון ישיבה, און זיי הערן ווי אזוי די בחורים וואקסן אויף מיט מידות טובות, מיט שכל, וואס מען הערט נישט אין אנדערע פלעצער. "
 
"איך האב דעמאלט געשריבן בריוון פאר מוהרא”ש זכרונו לברכה אז די בחורים וויינען צו מיר, זיי ווילן חתונה האבן, און מוהרא”ש האט מיר געשריבן אז ער גייט קומען חמשה עשר באב אין קעמפ מאכן א סעודה, און ער גייט ברענגען שידוכים. אזוי איז געווען, מוהרא”ש איז געקומען אין קעמפ, און מען האט געמאכט א סעודה לכבוד חמשה עשר באב."
 
"ביי די דרשה האט מוהרא”ש געזאגט אזוי: “איך זאג צו פאר אלע בחורים וואס זענען זיבעצן יאר און העכער, יעדער בחור וואס וועט יעדן טאג לערנען גאנץ מסכת תענית - פון ט”ו אב ביז ראש השנה, זאג איך צו אז ער וועט טרעפן זיין שידוך גלייך נאך ראש השנה”; וואס זאל איך דיר זאגן, כאשר אמר כן היה, עס האט זיך גלייך אנגעפאנגען שידוכים איינס נאכן צווייטן, און אלע זענען חתנים געווארן און חתונה געהאט, און זיי האבן א שיינע לעבן. עס זענען געווען אפאר בחורים וואס האבן נישט געטראפן זייער שידוך גלייך דעמאלט, אין אנהייב האבן זיי געהאט קשיות - וואס הייסט? וואו איז מיין שידוך? איך האב דאך געזאגט מסכת תענית פערציג מאל? למעשה, שפעטער ווען זיי האבן געטראפן זייער שידוך, האבן זיי געזען אז זייער כלה איז נאך געווען יונג”."
 
און זייט דעמאלטס חזר'ט זיך דאס איבער יעדעס יאר חמשה עשר באב, און נישט נאר אין ישיבת תפארת התורה, נאר איבעראל אין אלע ישיבות, א געזונטע בחור וויל חתונה האבן, און וועט טון אלעס אויף דער וועלט צו טרעפן א שידוך, און דא הערט מען א סגולה פון א צדיק וואס האט מבטיח געווען. דערפאר זעט מען אין פילע ישיבות, וואס אפילו קיינער הייסט זיי נישט, נעמען פילע בחורים די עצה פונעם צדיק און שטרענגען זיך אן - און אזוי ווי א בחור וואס פאלגט די עצות פון צדיק, שטעלן זיי זיך צו צו אלע שיעורים פון די ישיבה און פלייסן זיך צו מיט אלע אנדערע שיעורים און לימודים - און די פרייע צייטן נוצן זיי אויס צו ענדיגן יעדן איינציגן טאג די גאנצע מסכת וואס באשטייט פון דרייסיג בלאט. און געלויבט דער אויבערשטער, די הבטחה פון מוהרא"ש זי"ע גייט נישט פארפאלן, די אלע בחורים טרעפן גוטע שידוכים שנעל און גרינג און שטעלן אויף אידישע שטובער. 
 
מיט דעם אפשר קען מען משלב זיין ביידע מאמרי חז"ל "לא הי’ ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב" אז מען האט דעמאלטס געטראפן שידוכים, צוזאמען מיט דעם וואס חז"ל זאגן זייער שארף אז פון חמשה עשר באב דארף מען מוסף זיין בלימוד התורה. ביי ברסלב'ע בחורים גייען די ביידע זאכן צוזאמען.
 
🎧 דרשה פון מוהרא"ש חמשה עשר באב תשע"א אין קעמפ פון ישיבה תפארת התורה ברסלב
 
 
לא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב