טויזנטער אידן באלאגערן דעם הייליגן ציון אין די יעצטיגע מינוטן
כט אלול תשפ"ד 📝
די פילע שטיינער און טשעלענדזשעס האבן נישט באוויזן אפצוהאלטן די צענדליגע טויזנטער אידן צו קומען צום הייליגן רבי'ן, פונקט פארקערט, עס האט נאך געשטארקט די חשק און כיסופים. דער קידוש השם פון דעם גרויסן קיבוץ איז אין לשער ואין לתאר, עס קומען טאקע אידן פון אלע סארטן בעקגראונדס, פון אלע שטרעמונגען, אבער אלע קומען מיט איין ציל, א ריינע און תמימות'דיגע ציל, יעדער וויל ווערן נאנט צום אויבערשטן, מען ווארפט אוועק דעם אייגענעם שכל, איך פארשטיי נישט פארוואס און פארווען, אבער אז דער רבי וואס מאכט מיר פאר אן ערליכער איד זאגט "קום", קומט מען.
פון איין זייט איז געווען די מניעות ווי אייביג, מניעות פון די משפחה, מניעות פון געלט, און די שווערסטע פון אלעם מניעות המוח, און דערצו קומט נאך צו די שוועריקייטן פון די רוסלאנד אוקראינע מלחמה, מען דארף פארן אסאך לענגער דורכגיין גרעניצן, יעדער איד וואס איז געקומען האט זיך זיין סיפור, ווי דער סמ"ך מ"ם האט זיך געשטעלט אין די לענג און אין די ברייט, בפרט די אידן פון ארץ ישראל האבן דורכגעמאכט זייער א שווערע פעקל דאס יאר, ווען צוליב די אנגעצויגענע מצב אין ארץ ישראל ווען עס פליען באמבעס פון אלע זייטן האבן פילע עירליינס געקענסעלט פליגערס, דאס איז אויסער וואס מאלדאווע האט נישט געלאזט די טשארטערס דארט לאנדן. צענדליגע טויזענטער אידן האבן באלאגערט די לופט פעלד אין ארץ ישראל און זיך געבעטן מען זאל זיי טרעפן א זיץ אין סיי וועלכע פליגער ארויס, מען האט זיך געלאזט קאסטן שווערע געלטער און נאכדעם האט זיך הערשט אנגעהויבן די מעשה, מען טרעפט זיך אין א פרעמדע לופט פעלד און מען דארף יעצט זוכן א וועג, ווער עס האט זוכה געווען האט נאך פופצן צוואנציג שעה געטראפן א פליגער צו איינע פון די לענדער ארום אוקריינע, וואס פון דארט האבן זיי פריש געדארפט פארן א גוטע צען פופצן שעה, און אנדערע האבן זיך ארויסגעלאזט אויף וועגן פון צוואנציג דרייסיג שעה מיט א קאר, אדער באס, ערב יום טוב נאכמיטאג האט מען נאך געזען פילע ארץ ישראל'דיגע אידן קומען אן אויסגעמוטשעט אבער פרייליך אז זיי האבן סוף כל סוף זוכה געווען אנצוקומען צום רבי'ן אויף ראש השנה.
פריער ערב יום טוב מיטאג האבן די געטרייע מלמדים האבן גענומען אלע קינדער נאך חדר און זיי געטראגן צום הייליגן ציון, און געזאגט מיט זיי די תיקון הכללי.
בכלליות טוט זיך אין די יעצטיגע מינוטן טוט זיך ביים רבינ'ס ציון גרויסע זאכן, טויזנטער אידן פולן אן דעם ציון מיט אלע גאסן ארום און מען זאגט תיקון הכללי, מען מאכט ווידוי דברים לפני הצדיק, מען בעט זיך אויס א זיסע יאר, מען טראכט צו זיך ווען מען ווייסט ווען פאריאר וואס פארא יאר עס וועט זיין תשפ"ד, וואלט מען אסאך בעסער געדאווענט, אסאך מער איינגעריסן, און יעצט האט מען די געלעגענהייט נאך איידער מען שרייבט פאר דעם קומענדיגן יאר, וועלן מיר אריינגיין צום הייליגן ציון און נישט אפלאזן ביז מיר וועלן זיין זיכער אז מיר האבן געפועל'ט א גוט יאר, מיר וועלן בעטן בכלליות, די אלע זינלאזע מלחמות זאלן זיך שוין אויפהערן, און בפרטיות יעדער מיט זיינע געברויכן וואס ער דארף, בגשמיות וברחוניות, און מיר זאלן היי יאר זוכה זיין צו ומלאה הארץ דעה את ה' כמים כים מכסים, בביאת גואל צדק במהרה בימנו אמן.
תחל שנה וברכותיה