טויזנטער אידן פועלן ישועות היינט ביומא דהילולא פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע ביים ציון הק' אין קרית יואל
כו אב תשפ"ה 📝
גרשון קרעמער
היינט טוט זיך א גאר שווערע טרעפיק אין קרית יואל, מען קען שווערן זיך רירן פון איין גאס צום צווייטן. וואס איז? היינט איז כ"ו אב, דער יארצייט פונעם הייליגן רבי'ן דער גרינדער פונעם שטעטל - היינט א שטאט. מען קומט צו פארן פון נאנט און ווייט, אלע קארס און באסעס שטיפן זיך דורך די שמאלע געסלעך, יעדער פארן צום "סקאנעמאנק" גאס, דארט ווי דער הייליגער ציון געפונט זיך, אלע קומען מתפלל זיין און אויסבעטן ישועות און רפואות ביים הייליגן צדיק.
חסידי ברסלב האבן א גרויסע קשר מיט דעם גרויסן צדיק. ווען מען גייט צום ציון אינמיטן יאר, קען מען אלץ טרעפן ברסלבע חסידים ביים ציון, דער רבי שרייבט אין ספר המידות "ווען מען איז מתפלל ביי קבר צדיק ווערט מען געהאלפן אפילו מען איז נישט ראוי דערצו.", מוהרא"ש זי"ע פלעגט אלץ זיך אפשטעלן ביים ציון ווען ער איז געקומען קיין קרית יואל, אדער אפילו ווען ער איז נאר דורכגעפארן, און פלעגט אלץ מעורר זיין די תלמידים פון קרית יואל, און זיי מחזק זיין זיי זאלן אויסנוצן דעם "אוצר אינעם בעק-יארד", ער פעלגט אלץ זאגן "כאפ דיך אריבער צום ציון, וועסטו זען גרויסע ישועות".
מוהרא"ש פלעגט רעדן זייער גרויס איבערן הייליגן סאטמארע רבי'ן זי"ע, און פלעגט זאגן אז נאר אין זיין זכות איז געראטעוועט געווארן דאס אידישע פאלק נאכן גרויסן חורבן, מען זאל נישט חלילה פארכאפט ווערן פונעם סמ"ך מ"ם וואס האט אריינגערברענגט אין די וועלט די ציוניסטישע געדאקנען פון כחי ועוצם ידי, ער פלעגט זאגן אז עס האט געפעלט א האר אז אלע ממש זאלן פארכאפט ווערן דערפון, ווען נישט דער גרויסער צדיק דער הייליגער סאטמארער רבי זי"ע איז געשטאנען ממש איינער אליינס קעגן די גאנצע וועלט און אויסגעשריגן די ריינע אמונה, אז עס איז דא א באשעפער וואס פירט די וועלט, און מעודד געווען די צובראכענע אידן וואס זענען ארויסגעקומען נאכן וועלט מלחה און האבן אלעס אלעס פארלוירן, אז זיי זאלן נישט האבן קיין קשיות אויפן אייבערשטן. אזוי האט ער אויפגעבויעט כלל ישראל פונדאסניי, איבערגעפלאנצט די יסודות פון די פריערדיגע צדיקים אויפן טריפה'נעם אמעריקע, און אויף זיינע יסודות לאנען מיר זיך אן ביזן היינטיגן טאג ווען מען בויעט פרישע קהילות און מוסדות אין די גאנצע וועלט און בפרט אין אמעריקע.
יעצט אין דעם געהויבנענעם טאג זעט מען ווי אנשי שלומינו נוצן אויס דעם עת רצון און קומען ארויף צום ציון אין טאג פונעם יארצייט און מען טוט וואס מוהרא"ש האט אויסגעלערענט אז ביי א ציון פון א צדיק דארף מען נישט שטופן ח"ו מענטשן און זוכן צו זיין דווקא ביים מצבה, נאר מען זוכט זיך אויס א שטילע ווינקל פון ווי מען קען זען דעם ציון און מען זאגט קאפיטלעך תהלים, און מען בעט זיך אויס בינו לבין קונו אלע בקשות אויף מאמע לשון, מיט פשוטע ווערטער. און טאקע אנשי שלומינו פארציילן גאר אסאך מופתים וואס מען פועלט ביים הייליגן ציון אין קרית יואל.
אזוי אויך נוצן די טייערע איבערגעגעבענע מפיצים אויס דעם הייליגן טאג און זיי קומען ארויס און נעמען צוזאם געלט פאר צדקה און טיילן אויס די הייליגע ספרים פון מוהרא"ש זי"ע וואס חזרט די זעלבע זאכן וואס דער הייליגער סאטמארע רבי האט געלערענט, אז מען זאל זיך קלאמערן צו די ריינע אמונה, און אז מען זאל זיך חס ושלום נישט איינרעדן קיין איין רגע אז די מדינה האט געברענגט עפעס נוצן פארן אידישן פאלק, נאר מען זאל וויסן אז די מדינה שטייט פאר איין זאך, זיי פרובירן אויסצומעקן די אמונה פון אידישע קינדער, זיי מאכן "רבנים" - אדער ווי מוהרא"ש פלעגט רופן די רבנות מטעם: "רע-בנים" - מיטן איינעם ציל אראפ צו פירן ריינע טייערע אידישע נשמות פון אידישקייט און פון אייבערשטן.
די מפיצים פארציילן אז מען נעמט זיי אויף זייער שיין אין קרית יואל, מען געבט זיי צדקה מיט א ברייטע האנט, און מען נעמט די הייליגע ספרים מיט גרויס שמחה. בפרט נעמט דער ציבור דער נייער לוח ברסלב פון תשפ"ו וואס איז נארוואס ארויסגעקומען, וואס האט די טייערע ווערטער פון מוהרא"ש ביי יעדע זמן אויפצואוועקן די נשמה איבער די גרויסקייט פונעם יום טוב אדער צייט אין יאר וואס מען איז.
תורתו מגן לנו, הוא מאירת עינינו!