טויזנטער ביפּערס פון כיזבאלא קעמפער רייסן אויף
טו אלול תשפ"ד 📝
שוין זיבעציג יאר וואס די עירוב רב זענען ארויס אין א מלחמה על ה' ועל משיחו, זיי זענען געגאנגען מיט טעראר און ארויסגעטריבן די בריטן פון ארץ ישראל, און דערנאך זיך דערקלערט ככל הגוים בית ישראל, אידן זאלן זיין א פאלק ווי אלע פעלקער, רחמנא ליצלן.
און ווי דער פסוק זאגט אונז שוין "ויאמר משה, למה זה אתם עברים את פי ה' והוא לא תצלח", מען קען נישט גיין קעגן רצון ה', און טראץ זייערע פילע אזוי גערופענע הצלחות און מלחמות איז דארט ליידער קיינמאל שטיל, זיי גייען אן מיט'ן מלחמה קעגן די תורה בכלל, יעדן טאג זענען זיי גוזר פרישע גזירות קעגן ערליכע אידן, והעולה על כולנה דער יעצטיגער שווערער מצב מיט די גזירות הגיוס, ווען זיי ווילן אריינשלעפן יעדן איד אין זייער כפירה מיליטער, און אזוי ליידן זיך אידישע קינדער אפ פון זיי יעדן טאג, ליידער פאלן כסדר קרבנות ברוחניות ובגשמיות, בפרט ווען פארגאנגענעם שמחת תורה זענען זיי געווען בלינד, שטום, און געלעמט און עס זענען אויסגע'שחט'ן געווארן ליידער הונדערטער אידן מיט אלע מיתות משונות הי"ד.
בשעת עס גייט נאך אן א מלחמה אין עזה מיט כאמאס, איז אויך אין צפון שטארק אנגעצויגן, טויזנטער איינוואוינער זענען שוין אנטלאפן פון זייערע הייזער כמעט א יאר, ווען כיזבאלא שיקט כסדר אריין מיסלס און באמבעס פון לבנון. יעצט איז אנגעקומען די נייעס אז די ציונים האבן אויפגעריסן טויזנטער ביפערס און ראדיאס פון די כיזבאלא קעמפער, פון וואס צענדליגע זענען געשטארבן, הונדערטער זענען קריטיש, און טויזנטער זענען פארוואונדעט.
מיר ערליכע אידן דארפן געדענקען אז ביידע זענען אונזערע פיינט, יעדע גוי האט פיינט א איד, אבער אויך ליידן מיר זיך ליידער צוזאם פון דער שנאת עם הארץ לתלמוד חכם, וואס ווילן אונז פארלענדן ברוחניות, וגדול המחטיאו יותר מן ההרגו.
אבער וואס קענען מיר ארויסנעמען פון דער פאסירונג, אז די כיזבאלא קעמפער האבן זיך איינגערעדט אז זיי האבן א באהאלטענע כלי מיט וואס זיי שפירן זיך פארזיכערט, קיינער ווייסט נישט דערפון. די זעלבע וואס דער יצר הרע פרובירט אונז איינרעדן, א מענטש מיינט אז ער האט א כלי מיט וואס מען קען זען שלעכטע זאכן, און קיינער ווייסט נישט דערפון, ער באהאלט זיך אין אן אפיס, אבער דער אויבערשטער זעט, דער אויבערשטער ווייסט, און דער כלי קען נאך איין טאג רחמנא ליצלן אויפרייסן. דער רבי זאגט, אדער א נסיון אדער א בזיון.
יעצט אין די הייליגע טעג דארפן מיר זיך פארנעמען ארויסצואווארפן אלע כלים וואס קענען אויפרייסן, און זיך פארנעמען זיך צו היטן די אויגן, נישט קוקן אויף קיין דיווייס וואס מען קען זיך דערמיט פארבינדן צו נישט גוטע פלעצער, כלים וואס מען קען זען דערויף שלעכטע זאכן.