טויזנטער זענען זיך מחזק אין לערנען א דף גמרא יעדן טאג מיט די לעבעדיגע אינטעריוויו מיטן וועלט בארימטער קאמפאזיטער ר' יוסי גרין
ט שבט תשפ 📝
אויפן לעבעדיגן אינטערוויו פארציילט ר' יוסי גרין, ווי ער האט זיך געטראפן א שבת אין בארא פארק אין א בית המדרש, און וועלדיג אויסנוצן די צייט, האט ער געזוכט א ספר אין וואס אריינצוקוקן, אבער האט בשום אופן גארנישט געטראפן, ביז ער האט געטראפן א קליין קונטרס'ל "סדר דרך הלימוד", וואס ער האט נישט געקענט אראפלייגן פון זיינע הענט, און האט אים געמאכט טראכטן "וואס וועט זיין מיט מיר? ווען וועלן איך אנהייבן צו לערנען", יענע שבת ביינאכט נאך די סעודה האט ער זיך אנגעהויבן זיין שיעור אין גמרא, וואס ער האט נישט אויפגעגעבן זינט יענע נאכט שוין איבער 35 יאר, און האט שוין א דאנק דעם געענדיגט עטליכע מאל ש"ס.
און נישט קיין חילוק וואס עס איז נאר איבערגאנגען אויף אים, אפילו אינעם טאג וואס ער האט ל"ע געהאט א שווערע הארץ אטאקע ל"ע האט ער מיט מסירת נפש געלערענט זיין בלאט גמרא מיט די הילף פון זיין געטרייע אשת חיל.
עס קומען צוריק גריסן פון גאר אסאך אידן וואס האבן זיך גענומען אויף זיך חוק ולא יעבור יעדן טאג צו לערנען א בלאט גמרא און אזוי אויך הערט מען געוואלדיגע גריסן פון די טייערע פרויען, ווי זיי זענען מחזק זייערע מענער צו ווייטער לערנען און אנהאלטן זייערע שיעורים.
לינק צום לעבעדיגן ווידיא אינטערוויו