פון: גרשון קרעמער
 
היינט כ"ו אב געפאלט די הילולא קדישא פונעם הייליגן סאטמארער רבי'ן זי"ע, דער רועה נאמן וואס האט אויפגעשטעלט אידישקייט פונדאסניי נאכ'ן קריג. היינט שטראמען אידן פון נאנט און ווייט צום הייליגן ציון, אלע קומען מתפלל זיין און אויסבעטן ישועות און רפואות ביים הייליגן צדיק.
 
חסידי ברסלב זענען בכלל נישט קיין פרעמדע געסט ביים הייליגן ציון; ברסלבער חסידים האבן א גאר טיפן קשר מיט דעם גרויסן צדיק און מ'זעט זיי באזוכן דעם הייליגן ציון א גאנץ יאר. יעדעס מאל וואס מ'קומט אהין טרעפט מען אן ברסלבער חסידים וואס ווילן מקיים זיין דאס וואס דער רבי שרייבט אין ספר המדות: "ווען מ'איז מתפלל ביי א קבר צדיק ווערט מען געהאלפן, אפילו מ'איז נישט ראוי דערצו."
 
מוהרא"ש זי"ע פלעגט זיך שטענדיג אפשטעלן ביים ציון ווען ער פלעגט קומען קיין קרית יואל, אדער אפילו ווען ער איז נאר דורכגעפארן די שטאט, און ער פלעגט אלץ מעורר זיין די תלמידים אין קרית יואל און זיי מחזק זיין מ'זאל אויסנוצן דעם "אוצר אינעם בעק-יארד". ער פלעגט כסדר זאגן: "כאפ דיך אריבער צום ציון, וועסטו זען גרויסע ישועות".
 
מוהרא"ש זצ"ל פלעגט רעדן מיט א מורא'דיגע הפלגה איבערן הייליגן סאטמארער רב זי"ע, און פלעגט שטענדיג זאגן אז ס'איז בלויז אין זיין זכות וואס דאס אידישע פאלק איז געראטעוועט געווארן נאכן גרויסן חורבן, כדי מ'זאל חלילה נישט פארכאפט ווערן פונעם סמ"ך-מ"ם וואס האט פארפלייצט די וועלט מיט די ציוניסטישע כפירה-געדאנקען פון "כחי ועוצם ידי". ער פלעגט זאגן אז ס'האט געהאלטן ביי א האר אז כמעט יעדער זאל פארכאפט ווערן דערין, ווען נישט דער גרויסער צדיק, דער הייליגער סאטמארער רבי זי"ע, איז געשטאנען ממש אליין קעגן די גאנצע וועלט און אויסגעשריגן די ריינע אמונה אז ס'איז דא א באשעפער וואס פירט די וועלט. ער האט מחזק געווען און מעודד געווען די צובראכענע אידן וואס זענען ארויסגעקומען נאך די וועלט מלחמה און האבן אלעס פארלוירן, זיי זאלן חלילה נישט האבן קיין שום קשיות אויפן אייבערשטן. אזוי ארום האט ער אויפגעבויעט כלל ישראל פונדאסניי און איבערגעפלאנצט די יסודות פון די פריערדיגע צדיקים דא אויפן טריפה'נעם אמעריקע, און אויף זיינע יסודות שטיצן מיר זיך אן ביזן היינטיגן טאג ווען מ'בויעט פרישע קהילות און מוסדות איבער די גאנצע וועלט און בפרט דא אין אמעריקע.
 
יעצט אין דעם געהויבענעם טאג זעהט מען ווי אנשי שלומינו נוצן אויס דעם עת רצון און קומען ארויף צום ציון הקדוש אינעם טאג פונעם יארצייט. מען פירט זיך טאקע אזוי ווי מוהרא"ש האט אויסגעלערנט, אז ביי א ציון פון א צדיק דארף מען חלילה נישט שטופן אנדערע מענטשן אדער זוכן צו זיין דווקא ממש ביי די מצבה, נאר מען זוכט זיך אויס א שטיל ווינקעלע פון וואו מען קען זעהן דעם ציון און מען זאגט עטליכע קאפיטלעך תהלים. מען בעט זיך אויס בינו לבין קונו אלע בקשות אויף פשוט'ן מאמע לשון מיט פשוט'ע ווערטער, און טאקע פארציילן אנשי שלומינו גאר אסאך מופתים וואס מען פועל'ט כסדר ביים הייליגן ציון אין קרית יואל.
 
אזוי אויך נוצן די טייערע און איבערגעגעבענע מפיצים אויס די געלעגנהייט פונעם הייליגן טאג; זיי גייען ארויס און נעמען צוזאם געלט פאר צדקה, און טיילן אויס די הייליגע ספרים פון מוהרא"ש זי"ע, וואס חזר'ן איבער די זעלבע יסודות וואס דער הייליגער סאטמארער רבי זי"ע האט אונז געלערנט: אז א איד דארף זיך קלאמערן צו די ריינע אמונה, און זיך חס ושלום נישט לאזן איינרעדן אפילו פאר איין רגע אז די מדינה האט געברענגט סיי וועלכע נוצן פארן אידישן פאלק. נאר מ'זאל וויסן אז די גאנצע מציאות פון די מדינה שטייט בלויז פאר איין זאך – זיי פראבירן אויסצומעקן די אמונה ביי אידישע קינדער. זיי שטעלן אויף "רבנים" – אדער ווי מוהרא"ש פלעגט רופן די רבנות מטעם: "רע-בנים" – מיט'ן איינציגן ציל אראפצופירן ריינע און טייערע אידישע נשמות פון אידישקייט און פונעם אייבערשטן. די מפיצים דערציילן אז מ'נעמט זיי אויף זייער שיין אין קרית יואל; מ'געבט זיי צדקה מיט א ברייטע האנט און מ'נעמט די הייליגע ספרים מיט א גרויסע שמחה.
 
תורתו מגן לנו, הוא מאירת עינינו!

 
 
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.