עס איז בכלל נישט קיין סוד מיט וואס די הייליגע ברסלבע מוסדות צייכענען זיך אויס. עס איז גאר גוט באקאנט אז אין די הייליגע מוסדות לייגט מען דעם עיקר דגוש אז די קינדער פון קליינווייז אן, זאלן לעבן מיט לויטערע ריינע אמונה, וואס זאל זיין אזוי קלאר, אז זיי זאלן שפירן אז דער אייבישטער איז דא מיט זיי, און זיי זאל קענען רעדן צום אייבערשטן ממש ווי א מענטש רעדט צו זיין חבר וואס ער זעט נעבן זיך.
מען זעט ברוך השם ווי עס קומען ארויס הערליכע תלמידים פון די הייליגע מוסדות, וואס שטעלן אויף הערליכע אידישע שטובער, און זענען גרייט צו די עכטע לעבן וואס ווארט זיי נאך די חתונה, זיי לערנען יעדן טאג, זיי זענען פרייליך מיט זייער אידישקייט, און פירן זיך מיט דרך ארץ וואס דער הייליגע רבי לערנט זיי אויס.
 
יעצט וועלן תושבי קרית יואל האבן די געלענעגעהייט צו שטיצן די הייליגע מוסדות ביי טיי אווענט וואס וועט פארקומען מארגן מיטוואך נאכט אינעם הערליכן דירה אויף 39 מעריווארלד לעין סאוט, אין בלומיג גראוו (GPS: 39 Merriewold Ln South, Monroe NY 10950)