טיי אווענט פארן ברסלב כולל זונטאג דברים אין שטעטל
כו תמוז תשפ"ב 📝
ווי באקאנט האט דער ראש ישיבה שליט"א אויפגעשטעלט דעם בארימטן "כולל היכל הקודש" ווי עס לערנען מיט א געוואלדיגע התמדה א קבוצה פון אויסגעקליבענע אינגעלייט, דער ראש ישיבה שליט"א לאזט נישט קומען אינעם כולל איינער וואס קומט ווייל ער דארף הייסן א "כולל אינגערמאן" צוליב וואס זייער שווער האט געלט און מוז האבן דעם איידעם אין כולל, וכדומה, דא זיצן אינגעלייט וואס לעבן מיט תורה, אטעמען תורה, ווייל נפשם חשקה בתורה.
דער ראש ישיבה שליט"א האט איינגעפירט אז די אינגעלייט זאלן דורכאקערן די שווערע מקצועות וואס זענען גילטיג בשעת'ן אויפבויען דעם קהילה. די אינגעלייט האבן שוין אין די לעצטע חדשים גוט דורכגעלערענט די קאמפליצירטע סוגיות פון מקוואות, שחיטה און עירובין, און אזוי ווייטער. און אויסער דעם זיצן זיי א גאנצן טאג און זענען זיך משלים אין אלע מקוצעות וואס עס פעלט זיך אויס פאר א שטאט, ווי יורה דעה חלק א' און חלק ב', הלכות שבת און אזוי ווייטער.
יעצט וועט דער כולל אפהאלטן דעם ערשטן טיי אווענט אינעם שטעטל קרית ברסלב ווי די איינוואוינער פון שטעטל אזוי אויך די זומער געסט וועלן האבן די זכיה צו קענען נעמען א חלק אין שטיצן די תלמידי חכמים פון שטאט.
דער מסיבה וועט בעזרת השם פארקומען קומענדיגן זונטאג דברים הבעל"ט אין שטוב פון מו"ה אברהם פריעדריך הי"ו אויף 87 רעד קליף ראוד אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי. א געשמאקע רייכע מאלציילט וועט זיין צוגעגרייט פאר אלע משתתפים. און א גאר אינטערעסאנטע א פאנעל פון פיר געהויבענע תלמדים פון ראש ישיבה שליט"א וועלן פארשטעלן א שיינע פרעזענטציע, ווי מען וועט זיי פרעגן אקטועלע אינטערעסאנטע שאלות וואס זיי וועלן ענטפערן יעדער איינער לויט זייער ערפארונג אין לעבן.
צו זען די חשיבות פונעם כולל איז כדאי צו כאפן א בליק וויאזוי דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט איבערן כולל מיט צוויי חדשים צוריק "איך בין געווען דעם פארגאנגענעם מאנטאג אין שטעטל, איך האב אריינגעקוקט אין כולל צו זען ווי מען לערנט. איך האב דיר געוואלט געבן שלום עליכם, אבער איך האב נישט געוואלט איבערהאקן דיין לערנען; איך בין געשטאנען און געקוקט ווי איר לערנט מיט אזא התמדה, דאס האט מיר זייער פרייליך געמאכט."
"געב איבער פאר'ן דיין הרב ר' יונה שליט"א, איך האב זייער געוואלט געבן פאר אים שלום און רעדן מיט אים, אבער ענקער התמדה האט מיר נישט געלאזט דאס טון."
דער ציבור אנשי שלומינו ווערן ערווארטעט צו קומען אין שטיצן דעם הייליגן כולל, און מיט דעם באקומען דעם שמירה עליונה וואס די תורה ברענגט אויף א איד.
תורה, בין בעידנא דעסיק בה ובין בעידנא דלא עסיק בה מגנא ומצלא (סוכה כא)