טיי אווענט אין קרית יואל פארן ברסלבע כולל אין וויליאמסבורג
כז אייר תשפ 📝
א שיינע ציבור איז זיך צוזאם געקומען נעכט אווענט אין שטוב פון הר"ר יואל פארקאש שליט"א גבאי ביהמ"ד היכל הקודש בסלב העיס צום טיי אווענט פארן כולל ברסלב אין וויליאמסבורג ווי מען איז געקומען שטיצן די תלמידי חכמים וואס זיצן און לערנען יעדן טאג פלייסיג און זענען זיך משלים בש"ס ופסוקים ובהוראה.
דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט א שיינע שיעור ווי ער האט אפעלירט ביים ציבור צו לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, "עס וועט דורכגיין צען יאר, ווער עס וועט פאלגן וועט אין די צייט האבן אפגעלערענט גאנץ ש"ס, און נאך אסאך מער, און דער וואס וועט מאכן חשבונות, און שפעקולירן, וועט דעמאלטס נאך אלץ האלן אינמיטן שפעקולירן".
דער ראש ישיבה האט ארויסגענומען פון שאנק דעם "אוצר יומי" און געוויזן פאן ציבור, "אין בלויז עטליכע מינוט א טאג, קענט איר ענדיגן כל התורה כולה אין זיבן א האלב יאר ארום" האט דער ראש ישיבה אויסגערופן פארן ציבור.
דערנאך האט זיך אנטוויקעלט א שיינע שמועסן מיט אנשי שלומינו וואס זענען געקומען, מען האט זיך דערמאנט זכרונות פון מוהרא"ש זי"ע, הר"ר מענדל ווייס שליט"א האט פארציילט א מעשה ווי ער האט געפועלט א ישועה ביי מהרא"ש זי"ע אין זכות פון מנדב זיין צו דריקן א באנד אשר בנחל.
בילדער
זעט די דרשה פון ראש ישיבה