"האסט געהערט די נייעס? עס איז דא אין סאודי אראביע א רעסטוראנט וואס פארקויפט די טייערסטע פלייש," זאגט מיר א חבר. וואס איז די מעשה מיט דעם פלייש? עס איז דאס בעסטע און דאס געזונטסטע פלייש, ס'האט נישט קיין עם-עס-דזשי, ס'האט אלע גוטע וויטאמינען: וויטאמין עי, בי-1, בי-2, סי, די, און קעי. עס העלפט דעם מח, די אימיון סיסטעם, דאס הארץ, די אויגן און די לעבער. זיי בעטן פאר א פונט פלייש בלויז $1,999.99.
 
וואס איז די מעשה מיט דעם פלייש? פארוואס איז עס אזוי גוט? און פארוואס איז עס אזוי טייער? דאס פלייש קומט פון הערשן וואס לויפן אין מדבר, און אין מדבר זענען דא וואסערן וואס קומען פון היילן וואס לויפן לאנגע מיילן אונטער דער ערד. די וואסערן זענען אויסגעמישט מיט אביסל פון די וואסערן פון מדבר סיני, וואס אין די וואסער איז אריינגעמישט אביסל פון דעם אויפגעלאזטן מן, וואס ווען די זון האט אויפגעשיינט האט עס זיך צולאזט און אריינגערינען אין די מערות. און די הערשן טרינקען פון די וואסערן, באקומען זיי אלע גוטע טעמים און אלע גוטע סגולות, און אלע ווילן דערפון פארזוכן.
 
טייערע חברים אנשי שלומינו. מיר דארפן נישט לויפן קיין מדין אדער קיין סאודי אראביע צו פארזוכן פון דעם פלייש פון א הערש וואס האט געטרונקען וואסער וואס האט אין זיך א טראפקעלע מן. מיר באקומען מן פון משה רבינו אליינס.
 
אמת, מען רעדט אויך אמאל פון אויבערשטן, וואס יעדע טראפקעלע אמונה, יעדע משהו אויבערשטער איז מחיה נפשות. מען שפירט אלע גוטע טעמים, עס שטארקט דעם מח, עס העלפט די אימיון סיסטעם מען זאל נישט ווערן צופאלן פונעם סמ"ך מ"ם, עס העלפט פאר די אויגן מען זאל נישט דארפן קוקן איבעראל, עס געבט גייסטישע כוחות מען זאל קענען בלייבן רואיג ווען זאכן גייען שווער.
 
מיר דאנקען דעם אויבערשטן אז מיר זענען אין מדבר און מיר באקומען דעם פשוטן מן פון אויבערשטן, דורך זיינע הייליגע צדיקים וואס געבן אונז צו עסן מן צו דער זעט. מען קען לערנען נאך א בריוו פון אשר בנחל, נאך א בריוו פון עצתו אמונה וואס יעדעס ווארט איז אויבערשטער, די עצה איז נאר גיין צום אויבערשטן.
 
מיר דארפן ב"ה נישט זיין דער רייסער וואס איז אנטלאפן פון מדבר קיין מדין און געטראפן א הירש וואס האט א משהו וואסער וואס האט א טראפקעלע מן. ישר כח אויבערשטער פאר דעם זיסן מן וואס מיר האבן יעדן טאג.
 
טעמה כי טוב סחרה לא יכבה בלילה נרה