מאנסי. - נעכטן האט כלל ישראל פארלוירן א טייערע איד מו"ה אהרן ישי בן ר' יחיאל מיכאל אונגאר ז"ל, וועלכע איז טראגיש אומגעקומען אין א שווערע עקסידענט אויפן פאליסעידס פארקוועי, און האט צוריק געגעבן זיין לויטערע נשמה אין אינגן עלטער פון בלויז 62 יאר.
 
טראץ זיינע פילע מיטמאכעניש, האט דער נפטר אלץ געהאט א שמייכל אויפן פנים, און איז אלץ געווען גוטהארציג און ווארים צו יעדן איד, און מיט זיינע אלע יסורים האט ער קיינאמל נישט געהאט קיין טענות אויפן אויבערשטן, און נאך מער ער האט פארגינען א צווייטן זאל גיין גוט, טראץ וואס ער האט נישט געהאט, און זיך מיטגעפריידט מיט אנדערע און זיך קיינמאל מתרעם געווען אויפן אויבערשטן.



אזוי ווי דער נפטר האט ליידער נישט איבערגעלאזט קיין קינדער, בעט מען פון ווער עס קען זאל לערנען משניות, זאגן תהלים און טון מעשים טובים לעילוי נשמת אהרן ישי בן ר' יחיאל מיכל ז"ל.
 
נאך מער וועט זיין א טובה פאר די נשמה אז מיר וועלן זיך אפלערנען פונעם נפטר צו דאנקבאר זיין דעם אויבערשטן פאר אלעס גוטס וואס דער אויבערשטער געבט אונז, און קיינמאל נישט האבן קיין קשיות, און אנשטאט קאמפלעינען "פארוואס האב איך נישט דאס, פארוואס האב איך נישט יענץ", וועלן מיר דאנקען דעם אויבערשטן פאר אלעמען, און נאך בעטן אז עס זאל גיין גוט פאר אנדערע. דער רבי זאגט אז אז פארגינען א צווייטן זאל גיין גוט אפילו אים גייט נישט גוט איז גאר א גרויסע מדריגה. 
 
די לוי' וועט ארויסגיין היינט מיטוואך 7:30 אווענט פון ביהמ"ד פאפא אין מאנסי אויף סוזען רד. נאכדעם וועט עס אריבערגיין דעם מעליצער ביהמ"ד אויף טשארלס רד, און אום 9:00 וועט עס קומען קיין שיכון סקווירא.
 
אין מלוין לו לאדם אלא מצוות ומעשים טובים