שאלה:
 
איך האב לעצטנס געהערט, אז די וואס באקומען א טראפיק טיקעט דא ביי אונז אין ניו יארק, באקומען – אויסער דעם געלט-קנס וואס מען דארף צאלן – אויך געוויסע שטראף "פוינטס". איך וויל פארשטיין וואס איז דער פשט פון די פוינטס? פארוואס ווערט דאס גערעכנט אלס א קנס? קען מען דאס עפעס אראפנעמען? גייט עס אראפ אויטאמאטיש מיט דער צייט? און אויב יא, ווי לאנג נעמט עס?
 
ענטפער פון גרשון קרעמער:
 
דו פרעגסט עטליכע גוטע שאלות. איך וועל פרובירן צו ענטפערן אויף דיינע שאלות, אבער לאמיר פריער מקדים זיין מיט א קליינע הקדמה.
 
לאמיר קודם פארשטיין פארוואס מען האט בכלל איינגעפירט אזא סארט שטראף פון "פוינטס". די סיבה דערצו איז באמת זייער פשוט: עס זענען דא מענטשן ביי וועמען אלעס אין לעבן דרייט זיך ארום געלט. יעדע זאך האט ביי זיי א "שוויות" פון געלט, און ווען זיי באקומען א טיקעט מיט א קנס פון, למשל, 250 דאלער, מאכן זיי זיך א שנעלן חשבון: לוינט זיך מיר צו פארן שנעל און ריזיקירן צו באצאלן אזא סכום אדער נישט? עס זענען דא מענטשן וואס האלטן אז עס לוינט זיך זיי; זיי לייגן אפילו אן א זייט א טויזנט דאלער אין זייער בודזשעט ספעציעל פאר טיקעטס, און זיי פארן ווייטער ווילד און געפארפול, מיט וואס זיי שטעלן אריין אנדערע אידן אין א סכנה.
 
די פוינט סיסטעם איז אוועקגעשטעלט געווארן צוליב דעם, ווייל א פוינט וואס מען באקומט בלייבט אקטיוו אויפ'ן רעקארד פאר אכצן חדשים. און פארוואס זאלן דרייווערס מורא האבן דערפון מער ווי פון א געלט קנס? ווייל אויב א דרייווער זאמלט אן בלויז עלף אקטיווע פוינטס אויף זיין רעקארד, פארלירט ער זיין רעכט צו דרייוון און מען נעמט אים צו די לייסענס. מעגסט האבן וויפיל געלט דו ווילסט, אבער מען נעמט דיר אראפ פון די ראוד.
 
די סטעיט איז גאנץ "ברייטהארציג" ווען עס קומט צו טיילן פוינטס. למשל, אויב א פאליסמאן שטעלט אפ א דרייווער פאר'ן פארן ביז צען מייל העכער די ספיד לימיט, קען מען שוין באקומען דריי פוינטס. און וואס שנעלער מען פארט, אלס מער פוינטס באקומט מען; ביי איבער פערציג מייל העכער די ספיד לימיט באקומט מען שוין עלף פוינטס, וואס דאס מיינט אז מען פארלירט די לייסענס אויפ'ן פלאץ. מען קען אויך באקומען פוינטס פאר אסאך אנדערע עבירות, ווי למשל נוצן א סעלפאן ביים דרייוון, ווילד דרייוון (Reckless Driving), נישט סטאפן ווען מען דארף, און נאך ענליכע זאכן.
 
און וואס קען א מענטש טון אויב ער האט שוין יא אנגעזאמלט פוינטס? אויסער אכטונג צו געבן צו דרייוון לויט'ן געזעץ – וואס איז גראדע א מצוה אין די תורה פון "ונשמרתם מאד לנפשותיכם" – קען ער אויך עפעס טון וועגן די אנגעזאמלטע פוינטס: עס איז דא א ספעציעלע "דרייווינג קורס". אין דעם קורס לערנט מען אויס פאר'ן דרייווער וויאזוי צו זיין מער פאראנטווארטליך אויפ'ן וועג, און מען ווייזט אן די גרויסע סכנה פון נישט פאלגן די טראפיק געזעצן. נעמען אזא קורס קען אראפנעמען ביז פיר אקטיווע פוינטס פונעם רעקארד.
 
דער אויבערשטער האט אויך אזא סארט "פוינט סיסטעם" פאר אונז, און ער איז אויך זייער ברייטהארציג מיט'ן טיילן פוינטס. נאר וואס דען? זיינע פוינטס זענען נישט קיין קנס פוינטס, נאר "פאזיטיווע" פוינטס; און אזעלכע פוינטס פארלירט מען נישט נאך אכצן חדשים, און אפילו נישט נאך אכצן יאר. דאס בלייבט שוין אויפ'ן רעקארד פאר אייביג, לעד ולנצח נצחים.
 
די פוינט סיסטעם ארבעט אזוי: יעדע גוטע זאך, יעדע מצוה'לע, און אפילו נאר א גוטע מחשבה אדער א גוטער ווילן – יעדע זאך איז א פוינט, א "נקודה טובה" וואס ווערט גלייך פארשריבן אויפ'ן חשבון פונעם מענטש. די אלע נקודות טובות פון יעדע ווארט וואס מ'רעדט צום אויבערשטן, יעדע משנה'לע, יעדע פסוק חומש, און יעדעס מאל וואס א איד פריידט זיך מיט זיינע ציצית אדער פיאות – דאס אלעס ווערט באמערקט און פארשריבן, עס ווערט אנגעזאמלט און דאס באגלייט דעם מענטש סיי אויף דער וועלט און סיי אויף יענע וועלט.

 
קאמענטארן? 845-445-7447 אדער askgershon@gmail.com