טעגליכע מנין מנחה מעריב אין בית המדרש ליקוטי מוהר"ן אינעם ווילעדזש
כה סיון תשפ"ד 📝
אין די נייעסטע געגענט פונעם שטעטל קרית ברסלב וואס מ'רופט "די ווילעדזש" צוליב וואס עס געפונט זיך אינערהאלב די גרעניצן פונעם "ווילעדזש אף ליבערטי", וואוינען שוין היינט א שיינע צאל פון אנשי שלומינו, און כאטש וואס עס איז בלויז בערך צען מינוט מיט א קאר צום צענטראלן בית המדרש אויף האשקי, האט דער ראש ישיבה שליט"א גלייך געזארגט אז עס זאל זיך געפונען א בית המדרש מיט א מקוה פאר שבת קודש, צוליב וואס די געגענט איז א קנאפע שעה צופיס צום נענטסטן בית המדרש.
דער לאקאלער בית המדרש "ליקוטי מוהר"ן" - איינס פון אכט שולן אינעם שטעטל - גייט שוין אן פאר קנאפע יאר צייט און ווערט הערליך געפירט דורך די גבאים מו"ה ישראל חיים ברוין הי"ו און מו"ה משה עקשטיין הי"ו, וואס פירן אן מיט די תפילות, און אקטיוויטעטן אין בית המדרש מיט גרויס געטריישאפט. עס גייען אן אלע דריי תפילות יעדן שבת קודש, און דער גבאי מו"ה ישראל חיים ברוין הי"ו לערנט פאר א געשמאקע שיעור אין סיפורי מעשיות יעדן שבת קודש ביים קידוש נאך מוסף, און אזוי אויך ווארעמט ער אן די הערצער יעדן שלש סעודות מיט די לעכטיגע ווערטער און חיזוק פון הייליגן רבין.
אין די טעג ווערט געמאלדן דורך די גבאים אז אויף די בקשה פון די מתפללים טוט מען זיך פארברייטערן און מען לייגט צו פרישע פעולות פון תורה ותפלה אינעם בית המדרש און מען עפענט אויף דעם בית המדרש פארן ציבור א גאנצע וואך, צוערשט האט מען צוגעלייגט א שיעור אין א בלאט גמרא וואס וועט פארגעלערענט ווערן בעז"ה בטוב טעם ודעת דורך א געשמאקע מגיד שיעור יעדע נאכט תיכף נאך מעריב, און מיט קומט אויך א טעגליכע מנין מנחה און מעריב, וואס וויבאלד דער בית המדרש געפונט זיך בלויז עטליכע מינוט אוועק פונעם גרעסטן כשר'ן סופערמארקעט אין די קעטסקילס "לעמאנעיד", איז דא א א גרויסע געברויך פאר א טעגליכע מנין מנחה מעריב אין די געגענט. מנחה וועט זיין פופצן מינוט פארן זמן רבינו תם, און דערנאך וועט מען דאווענען מעריב, וואס וועט נאכפאלגן מיטן שיעור גמרא, ווי אויבנדערמאנט.
די אדרעס פונעם בית המדרש אין 33 טשעסטנאט סטריט, אינעם "בנין איינהארן" פון די תלמוד תורה.
ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם