טעכנאלאגישע פראבלעמען ביי גרויסע פירמעס
ט כסלו תשפ"ז 📝
פון: גרשון קרעמער
אין די לעצטע פאר טעג זענען פארגעקומען א רייע ערנסטע טעכנאלאגישע דורכפעלער איבער גאנץ אמעריקע. דאנערשטאג האט "מייקראסאפט" געהאט א גרויסן קורצשלוס וואס האט אנגעמאכט שטערונגען פאר "אוטלוק" און נאך סערוויסעס. דעם פארגאנגענעם ערב שבת קודש האט די פעדעראלע אוויאציע־אדמיניסטראציע (FAA) ארויסגעגעבן א נאציאנאלן "גראונד־סטאפ" פאר אלע פליגער – א זאך וואס האט נישט פאסירט זינט די ניין-עלעווען טעראר אטאקעס.
די וואך מאנטאג האט א סאפטווער-באג ביי "טשעיס" באנק געשטערט פילע באנק-טראנזאקציעס, און א באזונדערע פראבלעם ביי "יונייטעד עירליינס" האט גורם געווען פילע שפעטיגונגען ביי זייערע פלייטס. דינסטאג האט די NSA געמאלדן א פראבלעם אין אירע סיסטעמען בשעת א געפלאנטן אפדעיט, און אויך די באקאנטע "עפל" פירמע האט געהאט ערנסטע פראבלעמען מיט עטליכע פון אירע סערוויסעס נאך א פשוט'ן סיסטעם אפדעיט.
שטעלט זיך די שאלה: זענען זיי אלע אונטערגעשטעלט? זענען די אמעריקאנער רעגירונג, בענק, עירליינס און די גרויסע טעכנאלאגיע פירמעס געהעקט געווארן? אלע פירמעס טענה'ן אז עס איז בלויז א "צופאל", און עס האט "פונקט" פאסירט אזוי, כמעט איינס נאכן צווייטן.
דאס דארף אונז אויפוועקן און אויפפרישן, און דערמאנען אז עס זענען טאקע דא "העקערס" וואס קוקן און זוכן אלע גוטע זאכן וואס מיר טוען, און אלעס ווערט טאקע אויפגעכאפט; קיין שום גוטע זאך גייט נישט לאיבוד. דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי שרייבט אין זוהר הקדוש (תרומה קנ ע"ב): "לית רעותא טבא דאתאביד" – עס איז נישטא אפילו א גוטע רצון פון א איד וואס ווערט פארגעסן אדער פארלוירן. אלעס ווערט אפגעשריבן און "געלאגט", און פון הימל האט מען צוטריט דערצו; דער אויבערשטער זעט עס און שעפט נחת פון דיר.
יעדער האט געגעבן אנדערע תירוצים אויף דעם וואס עס האט פאסירט. די FAA האט געזאגט אז זייערע אלטע עקוויפמענט האט נישט געקענט דערהייבן די היינטיגע מאסיווע באנוץ, און קיינער האט נישט געהעקט.
די פירמעס און אגענטורן האבן יעדער געגעבן אנדערע הסברים. מייקראסאפט האט געזאגט אז זייער אויסשאלטערונג איז געווען א טעכנישע פראבלעם און נישט קיין סייבער-אטאקע, וואס האט פאסירט נאך א נעטווארק אפגרעיד. טשעיס באנק האט אנגעוויזן אז זייערע פראבלעמען זענען געקומען פון א סאפטוועיר-באג אין זייערע אינערליכע סיסטעמען. יונייטעד האט אויך אויסגעשלאסן סייבער-אטאקעס, אבער זיי האבן נישט געמאלדן די גענויע סיבה. די NSA האט געזאגט אז ביי זיי האבן די צרות פאסירט נאך א געפלאנטע רוטינע מעינטענענס סערוויס, און עפל זאגט אז אן אפדעיט האט פאראורזאכט זייערע פראבלעמען.
באמת איז נישטא וואס מורא צו האבן. אפילו ווען דאס אלעס האט פאסירט אין איין וואך, און עס זעט אויס ווי עפעס בייזוויליג, דאך היט אונז דער אויבערשטער; קיינער – אפילו איראן, כינע, רוסלאנד אדער סיי וועלכע העקער-גרופע – קען אונז גארנישט טון.
אבער דאס איז יא אמת, אז אלעס איז פארבינדן איינס מיטן צווייטן און איינער שטייט אונטער דעם; גארנישט פאסירט נישט בדרך מקרה. דער אויבערשטער שטייט אונטער יעדע זאך, סיי ווי גרויס און סיי ווי קליין עס זאל נאר זיין. מיר וועלן נעמען אונזער "סייבער סעקיוריטי": תפילה. יעדע ווארט וואס מיר רעדן צום אויבערשטן באשיצט אונז און היט אונז אויף יעדע טריט און שריט.
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.