אין די יעצטיגע טעג גרייט מען זיך ארויסצוקומען מיט'ן ברסלב'ן טעלעפאן בוך, אין וואס ער וועט זיך געפונען די ליסטע פון אנשי שלומינו פון איבער די גאנצע וועלט, מיט זייערע טעלעפאן נומערן און אדרעסן, און אזוי ווייטער, און גלייכצייטיג די ביזנעסער פון אנשי שלומינו, וואס דאס וועט פיל פארגרינגערן פאר אנשי שלומינו זיך צו האלטן אינאיינעם באחדות.
מיט'ן נייעם טעלעפאן בוך "היכל הקודש" וועלן אנשי שלומינו זיך קענען האלטן פארבינדען איבער די גאנצע וועלט. ווי אויך וועט מען גרינגער קענען שטיצן איינער דעם צווייטן, צו נוצן די סערוויסעס און ביזנעסער פון אנשי שלומינו.
אין א בריוו די וואך האט דער ראש ישיבה שליט"א מעורר געווען אז אנשי שלומינו זאלן זען צו געבן פרנסה איינער פאר'ן צווייטן, אפילו ווען מ'קען טרעפן אביסל ביליגער ערגעץ אנדערש.
מאכט זיכער אז אייער נאמען און ביזנעס פאלט נישט ארויס פונעם טעלעפאן בוך. איר קענט טעקסטן אלע אייערע אינפארמאציע צו 347-455-8028, אדער קען מען שיקן אן אימעיל צו BreslevPhoneBook@gmail.com.
 
איש את רעהו יעזורו!