שאלה: ס'איז זייער זייער שיין צו ליינען דיינע הערליכע ארטיקלען, סיי די נייעס, און סיי "איבער אלץ און אלעמען". איך בין זיך מורא'דיג מחיה יעדע וואך.
 
יישר כח אייבערשטער אז איך האב די זכיה צו הערן די ברסלב'ע האטליין. דער ראש ישיבה שרייבט לעצטענס, אזוי אויך רעדט ער ביי די שיעורים זייער שטארק וועגן נישט הערן קיין נייעס און נישט הערן קיין פאדקעסטס מיט ליצנות, מיט שטותים והבלים וואס פאר'סמ'ען דעם מענטש'ס מוח, ס'נעמט אוועק פון צדיקים, בפרט ליצנות קעגן ערליכע אידן און קעגן אידישקייט. איך בעט דעם אייבערשטן אז איך זאל טאקע געראטעוועט ווערן פון אלע שלעכטע האטליינס.
 
עס איז מיר אינטערעסאנט צו וויסן, פון וואו קומט דער נאמען "האטליין"? פארוואס הייסט עס בכלל אויף דעם נאמען "האטליין"? און בכלל פארוואס רופט מען א טעלעפאן מיט'ן צונאמען א "ליין", מען זאגט "די ליין איז ביזי", וואס מיינט דאס? עס איז דא א ליין? א שורה פון וואס? די זעלבע אין ארץ ישראל רופן זיי דאס "קו".
 
און מזל טוב פאר די שמחה פון חתונה מאכן א טאכטער. און א שידוך טון מיט נאך א טאכטער. דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל זיין א קשר של קיימא, א בנין עדי עד, דורות ישרים ומבורכים וכל טוב סלה. און ס'זאל זיין זייער פרייליך שטענדיג.
 
יצחק אייזיק ראזענבוים
 
 
ענטפער: דאס ווארט "האטליין" קומט פון יארן צוריק ווען מען האט אנגעהויבן צו נוצן טעלעפאנען. עס האט דאן געמיינט א דירעקטע, ספעציעלע טעלעפאן פארבינדונג וואס געוויסע וויכטיגע אפיסעס האבן געהאט, וואס האט דירעקט פארבונדן ביידע זייטן און זיי ערלויבט צו קענען רעדן איינער צום צווייטן תיכף ומיד, אנדערש ווי אנדערע טעלעפאן רופן וועלכע האבן געדארפט באקומען באשטעטיגונג פון אפערעיטארס און סוויטשבארדס. די האטליינס זענען געווען געצילט פאר גאר דרינגענדע וויכטיגע ענינים וואס מען דארף קענען רעדן איינער מיטן צווייטן תיכף ומיד. די וועג וויאזוי די פארבינדונג איז געווען אויסגעשטעלט האט געפירט דערצו אז מ'האט עס גערופן "הייס", וואס האט באדייט אז עס איז שטענדיג גרייט און אקטיוו.
 
ברוך השם אז מיר האבן די האטליין קול ברסלב, אנגעפילט מיט גאר אינטערעסאנטע באלערנדע תוכן ממש פאר יעדן איינעם. אנגעהויבן מיט די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א פאר בחורים, אינגעלייט, פרויען, און קינדער, צו די פילע אנדערע אפטיילונגען פון אינטערוויוס, נייעס, אפדעיטס, שמועסן. און עס איז שוין ממש נישט קיין נסיון צו דארפן פאשן אויף פרעמדע פארפעסטעטע פעלדער.
 
דער צווייטער טייל פון דיין שאלה איז וועגן דעם ווארט "ליין". אין אנפאנג פון די טעלעפאן תקופה האט יעדער קאל ממש געמוזט דורכגיין א פיזישע דראט ליין וואס האט פארבינדן דעם רופער צום סוויטשבארד (א שמועס פאר זיך), וואס האט פיזיש פארבינדן די ווייערס פונעם רופער צום ווייער פון וועמען ער האט געוואלט רעדן. און ווען דער אפערעיטאר האט געזאגט אז "די ליין איז פארנומען", האט עס בוכשטעבליך געמיינט אז דער ווייער (ליין) איז יעצט פארנומען. איך קען נישט פארבינדן דיין ווייער צו יענעמ'ס ווייל עס איז יעצט אין באנוץ דורך א צווייטן וואס רעדט מיט זיי. היינט, ווען די טעכנאלאגיע האט זיך שוין אנטוויקלט אסאך ווייטער, איז אבער דער אויסדרוק געבליבן דער זעלבער.
 
דער פארבינדונג צווישן אונז און דער אויבערשטער איז אלץ געווען בבחינת א האטליין. מיר דארפן נישט דורכגיין קיין אפערעיטארס און קיין סוויטשבאורדס. מיר דארפן אפילו נישט אריינדיילן קיין טעלעפאן נומער. דער ליין מיט'ן אויבערשטן איז שטענדיג אפן 24/7, אין יעדע מצב און אין יעדע ריר שטייט דער אויבערשטער מיט אונז און הערט אונז אויס, פארשטייט אונז און וויל אונז העלפן.
 
עס איז ממש א שאד צו קלעטערן זיך אויסצורעדן פאר מעכל און פאר רעכל ווען זיי אליינס קענען זיך נישט העלפן. יעצט אין די ימי החנוכה לאמיר אויסנוצן אונזער נאנטן קשר מיט'ן אויבערשטן צו רעדן צו אים אפאר אמת'ע דיבורים ביי די חנוכה לעכט. וועט אונז גוט זיין אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט.