פון: גרשון קרעמער
 
נעכטן דאנערשטאג פרשת נח, האט די "טעסלא" פירמע פארגעשטעלט ביי די ספעיס-עקס ראקעט טעסט לאקאציע אין טעקסאס א נייע ווערסיע פון די "ראודסטער" קאר, וואס קען זיך הייבן פון דער ערד, זיך איבערדרייען קאפ-אראפ אין די לופט, און דערנאך זיך צוריקדרייען געהעריג און לאנדן רואיג אויף דער ערד. די קאר איז אנטוויקלט געווארן מיט די הילף פון "ספעיס-עקס", די ראקעט פירמע פון אילאן מאסק, וועלכער שטייט אויך אין שפיץ פון די טעסלא קאמפאני.
 
ביי די פארשטעלונג איז די ווייסע קאר ארויפגעפארן אויף א הויכע רעמפ אין די פארעם פון אן אות "כ". די קאר איז ארויפגעפארן אויפ'ן רעמפ פון דער ערד און ווייטער ארויף אויף די וואנט; זי האט זיך אפילו אפגעשטעלט אינמיטן די וואנט מיט'ן קאפ ארויף, און דערנאך ווייטער ארויפגעפארן ביז צום דאך מיט'ן קאפ אראפ. פון דארט איז זי "אריינגעפארן" פארקערטערהייט אין די לופט, ארויס פונעם רעמפ, זיך איבערגעדרייט אין די לופט, און זיך צוריק אראפגעלאזט צו די ערד מיט די הילף פון מאטארן וואס בלאזן ארויס שטארקע לופט-שטראמען. אזוי אויך האט די קאר דעמאנסטרירט וויאזוי זי קען ארויפפליען פונעם באדן, איבערהיפן א רייע טעסלא קארס, און דערנאך לאנדן.
 
דער אופן וויאזוי דאס ארבעט איז דורך מעכטיגע פענס וואס שלעפן און בלאזן לופט מיט א געוואלדיגע קראפט; דורך דעם קען עס זיך האלטן און ממש "פארן" אויף די ווענט און אויפ'ן דאך, און אפילו פליען א ביסל אינדערלופט.
 
א סך מאל מיינען מענטשן אז מ'דארף פליען אין די לופטן כדי אנצוקומען ווייט, אבער ווי עס קוקט אויס איז עס נישט ממש אזוי; די דאזיגע קאר ערווארט מען נישט צו זען אזוי שנעל אויף די גאסן, ווייל דערווייל איז עס נישט לעגאל צו פארן מיט אזא קאר אין ערגעץ נישט.
 
ביים דינען דעם אויבערשטן דארף מען אויך וויסן דעם דאזיגן כלל. א מענטש דארף זיין "דא אויף דער ערד" און דינען דעם באשעפער אינאיינעם מיט א ווייב, מיט קינדער און מיט פרנסה. א מענטש וואס לאזט איבער זיין ווייב, ער ברענגט נישט אהיים קיין פרנסה, און ער לויפט אוועק פון שטוב כדי צו פליען אין די לופטן — מיינענדיג אז "דארט" וועט ער "כאפן" דעם אויבערשטן — מיט אזא סארט קאר קען מען אין ערגעץ נישט אנקומען. עס איז טאקע זייער שיין פאר א פארשטעלונג; טעסלא האלט זיך זייער גרויס מיט זייער "מעכטיגע דערגרייכונג", וואס הייסט? מיר האבן באוויזן אז עס עקזיסטירט אזא מציאות, און מ'קען מאכן "פליענדיגע קארס." דאס איז טאקע זייער שיין, אבער מיט קארס וואס פארן מיט די פיר רעדער אויף דער ערד קען מען אנקומען איבעראל וואו מ'דארף, און די פליענדיגע קארס וועלן מיר איבערלאזן פאר די שאוס.
 
אויב מיר וועלן פאלגן דעם צדיק און זיך פאקוסן אויף וואס מיר קענען טון פארן אויבערשטן היינט, וועלן מיר אנקומען צום תכלית פאר וואס דער אויבערשטער האט אונז באשאפן.
 
אלה ברכב ואלה בסוסים ואנחנו בשם ה' אלוקינו נזכיר.
 
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447, אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.