א דראמא שפילט זיך אפ די טעג אין די פאליטישע גאס אין טעקסאס, ווי איבער 50 געזעצגעבער זענען "אנטלאפן" פון די סטעיט די וואך, פרובירנדיג דערמיט אפצוהאלטן די רעפאבליקאנער פון קענען שטימען איבערצומאכן די קאנגרעסיאנאלע דיסטירקטס וואס וועט לויט פאליטישע אנאליזירער אוועקנעמען עטליכע זיצן פון דעמאקראטן.
 
לויט די טעקסאס געזעצן פעלט אויס אז כאטש צוויי דריטל געזעצגעבער (100 פון די 150) מוזן זיין אנוועזענד בשעת אן אפשטימונג, און זאגן אז זייער אנטלויפן איז צו "באשיצן דעמאקראטיע", וויבאלד "דזשערימענדערינג" (אויסשטעלן די דיסטריקטן אויף א וועג וואס וועט בענעפיטירן די מערהייט פארטיי) מאכט אז די באפעלקערונג ווערט נישט געהעריג רעפרעזענטירט.
 
די אנדערע זייט - אין שפיץ פון פרעזידענט טראמפ - זאגט, אז עס איז אמת אז עס וואלט בעסער געווען אן דזשערימענדערינג, אבער ווען די דעמאקראטן טוען דאס שוין יארן, אין סטעיטס ווי ניו יארק, קאליפארניע, אילינויס, מערילענד און אזוי ווייטער, מוז מען צוריק קעמפן אויף די זעלבע וועג. און דאס וואס זיי וויינען יעצט "דעמקראטיע", איז פשוט ווייל זיי האבן שוין אויסגענוצט אלע קוילן, און זיי קענען נישט נקמה נעמען, ווייל זיי האבן עס שוין געטון צום מאקסימום איבעראל ווי זיי האבן געקענט.
 
דאס זאגט אונז אז נישט אלץ איז דער וואס וויינט און שרייט, דער צדיק, און נישט אלץ איז דער וואס האט טענות, דער בעל יושר.
 
ווען אן ערנסט אויסזענעדע ליידיג גייער זעט א תמימות'דיגער איד, וואס האט געהערט און פאלגט דעם צדיק און הייבט אן לערנען און זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, און אזוי זיך צו צוקלעבן צום אויבערשטן, און הייבט אן חוזק מאכן, "דאס הייסט געלערענט? דו דאווענסט גמרא?", דו מיינסט זיכער אז ער "לערנט" יעדן טאג אפאר שעה, און ער "פארשטייט" נישט וויאזוי מען קען איינעם הייסן "זאגן". איך האב פאר דיר גרויסע נייעס. ער ווייסט אפילו נישט וועלכע סדרה גייט די וואך. ער עפענט נישט קיין אידיש ספר מיום כיפורים זה, עד יום כיפורים הבא עלינו לטובה.
 
ווען א לץ שרייעט "ברסלב'ע חסידים פארן זיך אויף אומאן, מען לאזט איבער די ווייב אליינס", עס זעט אויס אז ער איז ממש א צדיק תמים, וואס איז הייליג און וויל זיך פשוט אננעמען פאר די נעבעכדיגע פרויען. זאג מיר נאר, וואו געפונסטו זיך א גאנצע וואך, ער שיקט ארויף זיין ווייב צו די קאנטרי, און ער פארברענגט א גאנצע וואך מיט "חברים", ער מאכט "סיומים" אין די ניין טעג... און לאזט איר הענגען פאר גאנצע אכט וואכן.
 
עס איז א שאד די צייט, א שאד די שפייאכטס צו ענטפערן א לץ, מיר וועלן קוקן אויף וואס מיר האבן אין די האנט. מיר וועלן יעדע זאך בעטן דעם אויבערשטן, מיר וועלן ווייטער זאגן די ווערטער פון די הייליגער תורה, מיר וועלן זיך פרייען מיט יעדע מצוה'לע, און פאלגן דעם רבי'ן און "זיך פארן" קיין אומאן, ווי מיר וועלן מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף פועלן א גוטע און א זיסע יאר.